Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי אַרכיטעקטור קען אונדז העלפֿן פֿאַרשטיין ייִדישע קולטור (לעקציע אויף ענגליש)How examining architecture can help us understand Yiddish culture (lecture in English)

אין דער סעריע וועט די היסטאָריקערין צירל קוזניץ אויך רעדן אויף ייִדיש וועגן דער געשיכטע פֿון ייִוואָ בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

דעם 25סטן און 26סטן מײַ וועט די היסטאָריקערין צירל קוזניץ האַלטן צוויי רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער קולטור, איינע אויף ענגליש און די צווייטע — אויף ייִדיש. די לעקציעס ווערן געשטיצט פֿון סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט אין די ראַמען פֿון דער לעקציע־סעריע א׳׳נ קלאַראַ זומפּף, און ווערן מיטגעשטיצט פֿון בערקלי־אוניווערסיטעט.

די ערשטע לעקציע, אויף ענגליש, וועט זײַן אויף דער טעמע, „לאָמיר בויען די ייִדישע קולטור: דאָיִקייט און ייִדישע אַרכיטעקטור“. די לעקציע קומט פֿאָר דינסטיק דעם 25סטן מײַ, 8 אַ זייגער אין אָוונט, ניו־יאָרקער צײַט. קוזניץ פֿאָרשט, ווי אַזוי די ייִדישע שפּראַך און קולטור האָבן משפּיע געווען אויף די שטעט וווּ ייִדן האָבן געוווינט. זי האַלט, אַז אַ קוק אויף דער ייִדישער אַרכיטעקטור און אויפֿן ייִדישן אופֿן וווינען קען באַרײַכערן דעם ייִדיש־לימוד, וווּ די דיסקוסיע גייט געוויינטלעך נאָר אין שפּראַך, ליטעראַטור, און אַנדערע גײַסטיקע פֿאַקטאָרן. אין איר לעקציע וועט קוזניץ פֿאַרבינדן די דאָזיקע פֿראַגעס מיטן בונדיסטישן פּרינציפּ פֿון דאָיִקייט.

די צווייטע לעקציע וועט קוזניץ האַלטן אויף ייִדיש אויף דער טעמע, „מיר ווילן דערקענען די וועלט, כּדי זי איבערצובויען: די ייִדישע וויסנשאַפֿט בשעת און נאָכן חורבן“. די לעקציע קומט פֿאָר מיטוואָך דעם 26סטן מײַ, 9 אַ זייגער אין דער פֿרי, ניו־יאָרקער צײַט. קוזניץ וועט דערציילן די דראַמאַטישע געשיכטע פֿון ייִוואָ אין די מלחמה־יאָרן און דערנאָך, ווען דער אינסטיטוט איז אַריבער קיין אַמעריקע.

שוין אין 1940 האָט דער ייִוואָ אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן די ידיעות וועגן דעם אָנגייענדיקן חורבן אין אייראָפּע. וויבאַלד מע האָט פֿאַרשטאַנען דעם פֿאַרנעם פֿון דער טראַגעדיע, איז דער ייִוואָ געוואָרן אַ פּיאָניר אין דער חורבן־פֿאָרשונג. פֿון דעסט וועגן, איז ער נישט געוואָרן קיין חורבן־מוזיי אין אַמעריקע, נאָר האָט ווײַטער געדינט זײַן פֿריִערדיקע מיסיע צו פֿאַרנעמען זיך מיט הײַנטצײַטיקע פּראָבלעמען.

ד׳׳ר צירל קוזניץ איז דער אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע און דירעקטאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַ באַרד־קאַלעדזש. זי האָט אָנגעשריבן די געשיכטע פֿונעם ייִוואָ־אינסטיטוט, „ייִוואָ און די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור“ (2014), ווי אויך אַ גרויסע צאָל אַרטיקלען וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿט, וועגן דער ייִדישער קהילה אין ווילנע, און וועגן דער ייִדישער שטאָט־געשיכטע. אין 2019־2020 האָט זי געהאַט פֿאָרש־סטיפּענדיעס סײַ בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, סײַ בײַם קאַץ־צענטער פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדישע לימודים בײַם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט.

כּדי צו הערן די לעקציעס, קען מען רעזערווירן אַ פּלאַץ דאָ.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.