אַ זײַט פֿון מײַן טאַטן — דעם פּאָעט, וואָלף יונין — וואָס ווייניק מענטשן האָבן געזען (מיט אוידיאָ)A side of my father – the Yiddish poet, Wolf Younin – that few people saw (includes audio)
אַ דאַנק זײַנע בלאָנדע האָר און בלאָע אויגן, און זײַן פֿליסיקייט אין עטלעכע שפּראַכן, האָט ער באַקומען ראָלעס אין אַ צאָל פֿילמען.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
כּדי צו הערן דעם אַרטיקל, גיט אַ קוועטש אונטן. מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
To hear a recording of this article read aloud, click below. You can also access other Forverts articles read aloud by Rukhl Schaechter, as well as other Forverts recordings, by clicking here.
דעם מאָנטיק, דעם 31סטן מײַ, פֿאַלט אויס די יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן — דער ייִדישער פּאָעט, לערער און פֿאָלקלאָריסט, וואָלף יונין, אויך באַקאַנט ווי וועלפֿקע. כאָטש אַ סך מענטשן געדענקען אים ווי אַן אַקטיווער קולטור־טוער, האַלט איך אַז ס׳איז פּאַסיק איבערצוגעבן אַ בילד פֿון אים ווי איך געדענק אים.
דער טאַטע איז געבוירן געוואָרן אין סיביר אין 1908. צוליב די פּאָגראָמען און ווילדע אומרוען האָט ער זיך געהאַלטן אין איין איבערציִען פֿון איין אָרט אויף אַ צווייטן. ער איז געווען ממש אַ קראַסאַוועץ און האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דער פֿילם־אינדוסטריע אין האַמבורג. אַ דאַנק זײַנע העל בלאָנדע האָר און בלאָע אויגן, און זײַן פֿליסיקייט אין עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט רוסיש, דײַטש און שפּאַניש, האָט ער באַקומען ראָלעס אין אַ צאָל פֿילמען. ווען איך האָב, נאָך זײַן טויט, איבערגעקוקט זײַנע זאַכן, האָב איך געפֿונען צענדליקער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַן קאָפּ און פּראָפֿיל. צוליב דעם וואָס ער האָט אויך געהאַט אַ שלאַנקן, מוסקוליעזן גוף האָט ער אויך פֿאַרדינט פֿון אַרבעטן ווי אַ מאָדעל, און האָט אָפֿט געשריבן זײַנע לידער בשעת די מאָדעליר־סעסיעס.
ער איז געווען פֿעיִק בײַ אַ סך זאַכן: ער האָט געקענט פֿאַרריכטן דעם דאַך (ער איז געווען זייער שטאַרק); האָט מיך אויסגעלערנט ווי צו פֿאָרן אויף אַ וועלאָסיפּעד און אויך געווען אַ שטיקל לץ. אָפֿט מאָל ווען מיר — ער מיט דער מאַמען, מײַן שוועסטער און איך — זענען געפֿאָרן אויף דער באַן האָט ער אַזוי פֿאַרקרומט דאָס פּנים און גוף אַז אַלע פּאַסאַזשירן אין וואַגאָן האָבן זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער.
זײַן גרעסטע מעלה איז געווען זײַן ברייטהאַרציקייט און צערטלעכקייט, וואָס ער האָט אַרויסגעוויזן סײַ פֿיזיש סײַ דורך ווערטער. ער האָט מיר תּמיד שטילערהייט אַרײַנגעלייגט אַ דאָלער אין דער האַנט און באַצאָלט פֿאַר מײַן פֿאָרגעלט אַפֿילו ווען איך בין שוין געווען אין קאָלעדזש. איך האָב אים אָפֿט געשריבן טשעקן כּדי אים צוריקצוצאָלן. נאָך זײַן טויט האָב איך אָבער געפֿונען אַלע טשעקן מײַנע, נישט דעפּאָנירטע. ס׳איז מיר דעמאָלט קלאָר געוואָרן אַז ער האָט בשום־אופֿן נישט געוואָלט נעמען קיין געלט פֿון מיר.
זײַנע הענט זענען תּמיד געווען אַזוי וואַרעם, אַפֿילו אין די קעלטסטע ווינטערטעג. זײַן מאַנטל איז תּמיד געווען אויפֿגעשפּיליעט.
ער האָט נישט געקענט פֿאַרטראָגן ווען די משפּחה האָט זיך געקריגט און האָט זיך אָפֿט צעוויינט ווען מיר האָבן געשריגן איינע אויף דער אַנדערער. זײַן גרעסטע טרייסט איז געווען זײַן שרײַבן. ער האָט געשאַפֿן ליברעטאָס, לידער און אַרטיקלען פֿאַר כּלערליי ייִדישע צײַטונגען. ער האָט אויך ליב געהאַט צו אַרבעטן אין גאָרטן און צו פֿאַרברענגען אויף משפּחה־טרעפֿונגען.
מיט יאָרן שפּעטער, איז ער געוואָרן קראַנק פֿון אַ לונגען־ראַק (ער און די מאַמע האָבן יאָרן לאַנג גערייכערט פּאַפּיראָסן) און פֿאַרלוירן אַ סך וואָג. ער האָט פֿײַנט געהאַט די כעמאָטעראַפּיע. די מאַמע האָט אים געדאַרפֿט איבערצײַגן אײַנצונעמען די מעדיקאַמענטן און ער האָט אַזוי געוויינט, ס׳האָט געריסן בײַם האַרצן.
איין מאָל בין איך אָהיימגעפֿאָרן אים מבֿקר־חולה זײַן. די מאַמע האָט אים געהאַט געמאַכט לאַטקעס מיט יאַגדעס און די פֿיס זענען בײַ אים געווען שטאַרק געשוואָלן. „ווילסט איך זאָל דיר מאַסירן די פֿיס?‟ האָב איך אים געפֿרעגט. כאָטש ער האָט בטבֿע נישט געוואָלט זיך פֿאַרלאָזן אויף אַנדערע האָט ער דאָס מאָל געענטפֿערט: יאָ. „הלוואַי וואָלטן אַנדערע אַרויסגעוויזן אַזוי פֿיל ליבשאַפֿט,‟ האָט ער געזאָגט.
ער האָט שטאַרק געוואָלט לעבן און האָט זיך גענייט צו עסן, אַפֿילו ווען ס׳איז אים נישט גוט געוואָרן. ביזן הײַנטיקן טאָג זע איך אים פֿאַר די אויגן, ווי ער עסט יענע יאַגדע־לאַטקעס.
כאָטש דער טאַטע איז בכלל נישט געווען קיין פֿרומער ייִד — ר׳האָט קיין מאָל נישט געפֿאַסט יום־כּיפּור אָדער דערמאָנט גאָט — האָב איך, אויף מײַן לעצטן וויזיט מיט אים, דערזען ווי ער ליגט אין בעט און לייענט דעם תּנ״ך. דאַכט זיך מיר, אַז ער האָט אַזוי מורא געהאַט פֿאַרן טויט אַז אין די לעצטע טעג האָט ער זיך אונטערגעגעבן אַ גײַסטיקן כּוח וואָס איז אַזוי פֿיל שטאַרקער פֿון אים.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor