Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חיים גראַדעס פּראָזע - אַן עטנאָגראַפֿיע פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַךChaim Grade’s prose – an ethnography of a thriving Yiddish

די פֿרויען בײַ אים רעדן אַ לאָקאַל־היימיש אידיאָמאַטיש לשון, פֿול מיט פֿרומער דיאַלעקטיק און דעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט.

(המשך פֿונעם אַרטיקל, „די נײַע נאַראַטיוון און די ייִדישע שפּראַך אין חיים גראַדעס רעקאָנסטרוקציע־קונסט נאָכן חורבן‟) צו לייענען דעם ערשטן טייל, גיט אַ קוועטש דאָ.

אַ צאָל פֿאָרשערס האָבן זיך שוין אָפּגעגעבן מיט דער פֿראַגע, אויף וויפֿל די ייִדישע ליטעראַטור פֿון פֿאַרן חורבן – וואָס איז כּמעט פֿון איר אָנהייב אָן געווען אַ סאָציאַל־רעאַליסטישע – שפּיגלט אָפּ די רעאַלע היסטאָרישע וועלט. לויט דוד פֿרישמאַן, צום בײַשפּיל, איז מעגלעך ווידער אויפֿצושטעלן די וועלט נאָך דעם מבול דורך מענדעלעס ראָמאַן „פֿישקע דער קרומער‟. דאָס הייסט, דורך מענדעלעס רעאַליזם קען מען באַקומען אַן אויטענטיש היסטאָריש בילד פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד.

דן מירון, אין זײַן בוך „דער אימאַזש פֿון שטעטל: דרײַ ליטעראַרישע שטודיעס‟, שרײַבט וועגן שלום־עליכמס אידיאַליזירטן אימאַזש פֿונעם ייִדישן שטעטל אין זײַנע אויטאָביאָגראַפֿישע ווערק, און גיט צו אַז דער קלאַסיקער האָט געשאַפֿן זײַן בילד סײַ לויט זײַן זכּרון און סײַ לויט זײַן אַלגעמיינער אינטעלעקטועלער קאָנצעפּציע. די דאָזיקע קאָנצעפּציע שאַפֿט נישט קיין אויטענטיש בילד און איז נעענטער צום שרײַבערס אייגענער באַציִונג צו דער היסטאָרישער רעאַליטעט ווי צו דער „אמתער‟ אָביעקטיווער רעאַליטעט אַליין, צוליב אידעאַליזאַציע. מירון דערקלערט עס אַזוי:

„ניט נאָר אין די בפֿירוש פֿיקטיווע אויסמאָלונגען פֿון כּתרילעווקע אין זײַנע מעשׂיות, מאָנאָלאָגן און דראַמאַטישע ווערק, נאָר אויך … אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן, וואָס דאַרף זײַן „די ריכטיקע ביאָגראַפֿיע… אָן צערעמאָניעס, אָן באַפּוצעכן און צאַצקערײַען‟, האָט דער מחבר באַשריבן אַן אידעאַל ייִדיש שטעטל. וויפֿל ער זאָל ניט האָבן געשעפּט פֿון זײַן זכּרון און אָבסערוואַציע האָט ער אויך געשעפּט פֿון דער אַבסטראַרקט־אינטעלעקטועלער קאָנצעפּציע, וואָס האָט גיכער אָפּגעשפּיגלט אַ צוגאַנג צו דער היסטאָרישער רעאַליטעט, איידער די היסטאָרישע רעאַליטעט גופֿא‟.

אין די לעצטע יאָרן, הערט מען די השערה אַז חיים גראַדע איז דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער וואָס איז דער יסוד פֿון אַזאַ באַטראַכטונג און ווי אַזוי איז זײַן פּראָזע אין תּוך אַנדערש פֿון די אַנדערע קלאַסיקערס? גראַדע ווערט פֿאַררעכנט ווי דער וועזנטלעכער און מהותדיקער ליטוואַק (׳quintessential litvak׳) פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין דער זעלבער צײַט, שטרעבט זײַן לעבנס־באַשרײַבונג אָפּצוהיטן דעם כּלל פֿונעם אומגעקומענעם מזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום און, ווי ער האָט אַליין געזאָגט: „צו זײַן אַן אָנדענק פֿאַר אים.‟ דאַרף מען געדענקען אַז די צווייטע וועלט־מלחמה האָט אויף אייביק געביטן דאָס גאַנצע פּנים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, כאָטש גראַדע איז טאַקע אַ יורש און אַ ממשיך פֿון דער קלאַסישער סאָציאַל־רעאַליסטישער ליטעראַרישער טראַדיציע.

לויט גראַדעס רעאַליסטישער פּראָזע, וואָס ציט די יניקה פֿון די קלאַסיקערס, בעיקר פֿון מענדעלען, קען מען אָן ספֿק באַקומען אַן אויטענטיש בילד פֿון דער פֿאַרשוווּנדענער אַמאָליקער ווילנע. אין דער נאָך־מלחמהדיקער פּראָזע איז דאָס מעגלעך אין זכות פֿון דער ספּעציעלער שפּראַך פֿון דער טראַדיציאָנעלער וועלט – אַ וויכטיקער טייל פֿונעם ווילנער גערעדטן ייִדיש. דערבײַ איז כּדאַי צו באַמערקן אַז אינעם דאָזיקן ייִדיש־ליטווישן בילד, ווי אין שלום־עליכמס רעאַליזם, זײַנען פֿאַראַן אויך עלעמענטן פֿון אידעאַליזאַציע; ווי, למשל, די באַשרײַבונג פֿון דער פֿאַרבינדונג צווישן „יונג־ווילנע‟ און דער ייִדישער ווילנע, און די באַציִונגען צווישן גראַדע אַלײן, אַ יונגן דיכטער, און זײַן מאַמען, וועלע, וואָס געהערט צו די נידעריקסטע סאָציאָ־עקאָנאָמישע שיכטן און וואָס איז אין זײַן ערשטן אויטאָביאָגראַפֿיש ווערק, „דער מאַמעס שבתים‟ (נ׳׳,1959), פֿון אַ היסטאָרישער פּערספּעקטיוו — איבערגעטריבן. אין די שפּעטערע ווערק זײַנע קען מען באַמערקן, אַז דאָס אידעאַליזירטע פּאַראַדיגמאַטישע געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען איז נעלם געוואָרן און ווערט פֿאַרביטן מיט גאָר אַנדערע פֿרויען־געשטאַלטן, ווײַט אַנדערע פֿון זײַן מאַמעס, ווי ,למשל, אין זײַן ראָמאַן „די עגונה‟ (נ׳׳, 1961).

ווי ס׳רובֿ לעבן־געבליבענע ייִדישע שרײַבערס, וואָס האָבן געשריבן נאָכן חורבן, בעיקר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין ישׂראל, באַזירט חיים גראַדע זײַן יצירה אויף זכרונות פֿון דער אַלטער וועלט. אַן איבערזיכט און אַן אַנאַליז פֿון אַ ריי קאָנקרעטע שאַפֿונגען – ווי „דער מאַמעס שבתים‟, ווי אויך די בענד דערציילונגען „די קלויז און די גאַס‟ (נ׳׳י, 1974) און „דער שטומער מנין‟ (נ׳׳י, 1976) – אַנטפּלעקן, אַז די נײַע נאַראַטיוון אין גראַדעס שאַפֿערישקייט זײַנען בפֿירוש אויסן ווידעראויפֿצושטעלן „ירושלים דליטא״ ווי אַ גײַסטיקן צענטער פֿון ייִדיש לעבן, אַזוי אַז איר געשטאַלט בײַ גראַדען, אין מיין מיינונג, געפֿינט זיך ערגעץ־וווּ אויף דער גרענעץ צווישן אַ היסטאָרישער רעקאָנסטרוקציע און אַ ליטעראַרישן אימאַזש.

גראַדע לעבט אויף „ירושלים דליטא‟ דורך אַ ספּעציעלער שפּראַכלעכער עטנאָגראַפֿיע – דעם לשון, וואָס איז אין גאַנצן אַנדערש פֿון דער אַפּאָקאַליפּסע־שפּראַך אין זײַן פֿאַר־מלחמהדיקער פּאָעזיע. געוויס, איז די שפּראַך נאָכן חורבן געוואָרן אַ וויכטיקער מיטל אָפּצוהיטן די ייִדיש־ווילנער און ייִדיש־ליטווישע קולטור, די שפּראַך וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער ייִדישער גאַס, ווי, למשל, דאָס לשון פֿון גראַדעס מאַמע, וואָס האָט בכלל ניט געהאַט קיין קול אין גראַדעס פּאָעזיע, די שפּראַך אין וועלכער גראַדע באַשרײַבט אירע אבֿרים, איר מידן גוף און די שוועריקייטן פֿון איר לעבן.

די ליטעראַטור־קריטיקער דוד ראָסקעס און יאַן שוואַרץ האָבן שוין באַמערקט אַז ייִדישע שרײַבערס אין ניו־יאָרק האָבן באַניצט די באַזונדערקייטן פֿון זייער לאָקאַלער סבֿיבֿה און היסטאָריש־געאָגראַפֿישע אונטערשיידן צווישן זיי ווי אַ הינטערגרונט פֿאַר זייער שאַפֿן. אויף אַזאַ אופֿן האָט דער פּאָעט, יעקבֿ גלאַטשטיין, באַשריבן זײַן ייִדיש־פּוילישע איבערלעבונג אין די „יאַש ביכער‟; יצחק באַשעוויס זינגער — אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן, „מײַן טאַטנס בית־דין שטוב‟ וואָס קומט פֿאָר אויף קראָכמאַלנע־גאַס אין וואַרשע, און גראַדע האָט באַשריבן זײַן ווילנע – דורך אירע געסלעך, קלויזן און אַ פּאָרטרעט פֿון זײַן פֿרומער מאַמען, וואָס האָט פֿאַרקויפט האַלב־פֿאַרפֿוילטע עפּל אויפֿן ייִדישן מאַרק. לאָמיר אויך געדענקען, אַז גראַדעס ביכער זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן ניט אויף אַ לאָקאַל־ליטווישער, אָבער דווקא אויף דער סטאַנדאַרטיזירטער ייִדישער שפּראַך צוליב אַ סיבה.

דער פּראָזע־זשאַנער, װאָס גראַדע אַנטװיקלט אים בהדרגה נאָכן חורבן, דערלויבט אים אויסצוברייטערן די גאַמע געשטאַלטן, װאָס װערן אויפֿגעלעבט דורך זייערע דיאַלאָגן אויף ייִדיש. זײַנע דערציילונגען און ראָמאַנען שעפּן זייער לעבעדיקן כּוח פֿון „פֿילפֿאַרביקע‟ שמועסן – אַ פֿאָרעם, דורך וועלכער גראַדע וויל לאָזן ווידער אויפֿקלינגען זײַן ווילנער קול. די דאָזיקע דיאַלאָגן קאָמבינירן פֿאַרשיידענע סאָציאַל־שפּראַכלעכע מדרגות און אַ מעטאַפֿאָריש לשון וואָס שעפּט פֿון מקורים פֿון וועלכע גראַדע האָט זיך אײַנגעזאַפּט ווי אַ ישיבֿה־בחור, אַ לשון פֿון אַ טראַדיציאָנעלער וועלט, אַ שפּראַך וואָס איז גאָר אַנדערש פֿון דער אַפּאָקאַליפּטישער רעטאָריק (וואָס מען קען זען אין גראַדעס פּאָעזיע), און וואָס שפּיגלט אָפּ נישט נאָר זײַן פּערזענלעכע שפּראַך, נאָר אויך די שפּראַך פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה און פֿון דעם מזרח־אייראָפּעישן ייִדנטום בכלל.

נישט געקוקט אויפֿן שינוי וואָס איז חל אין גראַדעס ווערק נאָכן חורבן און וואָס דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין אַ בהדרגהדיק אַריבערגיין פֿון פּאָעזיע צו פּראָזע, בלײַבט ער קענטיק און באַוווּסטזיניק באַאײַנפֿלוסט פֿון דער פֿרומער וועלט, פֿון וועלכער ער איז אַרויסגעוואַקסן. זײַן ליטעראַרישע שפּראַך הילכט אָפּ מיטן לשון פֿון תּלמידי־חכמים און איז אײַנגעזאַפּט מיט תּנכישער מעטאַפֿאָריק. אַזאַ שפּראַך העלפֿט ווידער אויפֿצושטעלן די שיינקייט און דעם גײַסט פֿון דער אַמאָליקער ווילנע, וווּ דער שולהויף איז געווען אַ טייל און דאָס האַרץ פֿון אַ פֿיזיאָנאָמיע פֿון דער שטאָט צוזאַמען מיט ראַמיילעס ישיבֿה, דעם גאונס קלויז, ועד־הישיבֿות און אויך די שטאָטישע גערטנער, די וואַסער־ברעגן און „די וואָלקנס פֿון אַ שיינעם פֿרי־אָסיענדיקן טאָג‟. דער לייענער מעג איצט געניסן פֿון דעם אַלץ אַ דאַנק גראַדעס אויג, זײַן חוש־הראיה:

איצט זעט אויס דער שולהויף ברודיק פֿון רעגן־פֿײַכטקייט, נאָר פֿול מיט דאַוונער אין די קלויזן, מיט בעטלער אויף די טרעפּ פֿון די שולן, מיט הילצערנע געשטעלן פֿון מוכר־ספֿרימניקעס. אַרום די געשטעלן אין די פֿראַמוגעס פֿון דער שטאָטשול שטייען ייִדן און קויפֿן מחזורים אויף די ימים־נוראים. עמעצער דינגט אַ בלוי סאַמעט טלית־זעקל. אַ געהויקערטע צעקנייטשטע זקנה בלעטערט מיט אירע לאַנגע דאַרע פֿינגער אַ תּחינה אַזוי צערטלעך ווי ס׳קעפּל פֿון אַן אייניקל. דערבײַ שטייט אַ ייִנגל און קוקט פֿאַרגאַפֿט אויף אַ גרויסן געדרייטן שוואַרצן שופֿר, וואָס ליגט צווישן די רומל־ספֿרים, ווי דער באַראַן וואָס האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט צווישן די געוויקסן, בעת אַבֿרהם־אָבֿינו האָט געבראַכט זײַן זון יצחק אויף דער עקדה.

אַ צוגאָב־תּיקון, וועלכן גראַדע האָט געוואָלט געבן ליטעראַריש זײַן אונטערגעגאַנגענער ווילנע, איז דער תּיקון לגבי דער שטאָטס פֿרוייִש פּנים. זײַן מאַמע וועלעס געשטאַלט איז אַוודאי געווען דער הויפּט־סטימול, נאָר גראַדעס באַזונדערער פֿאַרדינסט אין זײַן פּראָזע איז דאָס פֿאַראייביקן די אינדיווידועלע טיפּן פֿון פֿרויען וואָס האָבן אויסגעפֿילט און באַלעבט די שטאָט. דאָס איז קענטיק אַ חידוש אי אין דער נאָך־מלחמהדיקער ליטעראַטור בכלל, אי אין גראַדעס נאָך־מלחמהדיקער פּראָזע בפֿרט: ווען מען פֿאַרגלײַכט זי מיט זײַן פֿאַרמלחמהדיקער פּאָעזיע, ווערט עס קלאָר אַז אין יענער האָט ער געשטרעבט צו פֿאַרשרײַבן דעם זכר פֿון ייִדן־מענער; די שטרעבונג איז בולט אין דער פּאָעמע, „מוסרניקעס‟ (ווילנע, 1939). נאָכן חורבן ברייטערט גראַדע בפֿירוש אויס זײַן טעכניק פֿון שילדערן לשם פֿאַראייביקן אויף דער ייִדישער פֿרוי, וואָס באַדאַרף אַן אויסדריקלעכן תּיקון.

ווי עס באַמערקט יעקבֿ גלאַטשטיין, איז פֿריִער ניט אויסגעמאָלט געוואָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור אַזאַ אינטימער און שפּירעוודיקער פּאָרטרעט פֿון אַ ייִדישער מאַמע מיט אַלע אירע אַרכעטיפּישע כאַראַקטעריסטיקעס. גראַדעס קינסטלערישער מעטאָד אין „דער מאַמעס שבתים‟ איז געווען אויסצומײַדן אַלץ, וואָס קען אָפּווענדן דעם לייענערס אויפֿמערק פֿון זײַן מאַמעס אימאַזש פֿון יראת־שמים און מסירת־נפש. ניט ווי בײַ אַבראַמאָוויטשן אין זײַנע שריפֿטן, איז גראַדעס ציל געווען ניט בלױז צו באַשרײַבן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער קהילה, די קאָנפֿליקטן פֿון דער אָרטאָדאָקסיע אָדער דאָס פּאָליטיש־אינטעלעקטועלע לעבן אין ווילנע צווישן ביידע וועלט־מלחמות. דורך זײַן מאַמעס פּאָרטרעט שילדערט גראַדע דעם מיקראָקאָסמאָס פֿון אַ ווילנער ייִדישער פֿרוי פֿאַר דער מלחמה:

גראַדע האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן מאַמען אין אַן אַלעגאָריע פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע מידות וואָס שטײַגט אַריבער די ספּעציפֿישקייט פֿונעם אויטאָביאָגראַפֿס פּסיכאָ־געשיכטע.

סײַ חיימקעס מאַמע, סײַ בלומעלע, ביילקע, די זאָגערקע מאַריאַשע און אַנדערע פֿרויען אין „דער מאַמעס שבתים‟, האָבן באַקומען אַ קול אין גראַדעס פּראָזע. דער מאַמעס תּחינות זאָגן יעדן שבת און ערבֿ־ראש־חודש און דעם זינגעוודיק־וויינענדיקן ניגון וואָס שטעלן אַ שמייכל אויף חיימקעס פּנים אין שלאָף, קען דער לייענער הערן אין דעם פּאַראַגראַף, וווּ גראַדע לעבט אויף פֿון ס’נײַ איר אייגענע עכטע תּחינה. גראַדעס פּראָזע איז אַן עטנאָגראַפֿיע פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך. די פֿרויען רעדן אַ לאָקאַל־היימישע אידיאָמאַטישע שפּראַך, פֿול מיט פֿרומע דיאַלעקטיק און דעם לשון־קודשדיקן קאָמפּאָנענט:

ווי דוד המלך עליו־השלום האָט געשריבן, אַ צעבראָכן האַרץ און אַ פֿאַרשטויסן האַרץ זאָלסטו ניט פֿאַרשעמען, אמן, כּן יהי רצון! […]

אַ פּאַטאַפֿאַלנאָסט פֿון אַ ייִנגל! אין אים איז אַרײַן אַ דיבוק […]

איר חיימקע וועט אַזוי זײַן אַ רבֿ ווי איך בין אַ רביצין[…]

צי מײַן חיימקע וועט זײַן אַ רבֿ ווייס איך ניט, נאָר אָן היטל גייט ער ניט, – זאָגט די מאַמע.

הרחמן הוא יתברך בשמים ובארץ […] די בת־יחידה מײַנע האָט ניט געוואָלט קיין מירער ישיבֿה־מאַן, האָט זי אויסגעקליבן אַ שרײַבער פֿון טרייף־פּסולס […]

גראַדעס „ירושלים דליטא‟ באַשטייט פֿון אינדיווידועלע, גאָר באַזונדערע וועלטן און וועלטלעך, פֿון זײַנע איינצלנע געשטאַלטן, און עס קען אויפֿלעבן אויטענטיש־גאַנץ נאָר מיט זײַן קאָנטראַסטפֿולער פֿילפּנימדיקייט. אין דער הקדמה צו זײַן זאַמלונג דערציילונגען, „דער שטומער מנין‟, האָט גראַדע פֿאַרסכהכּלט זײַן שעפֿערישע כּוונה אָפּצושפּיגלען אַן אויטענטישן נוסח בזה־הלשון:

איך האָב אָבער די פֿאַרשוויגענע אַליין־גייער, אָט די פֿון קיינעם ניט־באַמערקטע בטלנים און למד־וואָווניקעס, ניט געזוכט צו מאַכן ׳אינטערעסאַנטער׳ דורך צוטראַכטן אַ שפּאַנענדיקע סיפּור־המעשׂה וואָס זאָל זיי צוזאַמענהאַלטן.

גראַדע דערלאַנגט דעם לייענער טיפֿע קענטענישן לגבי דער ווילנער ייִדישער קהילה, לגבי די ליטווישע ייִדן און זייערע ווערטן. צוליב דער דאָזיקער פּערזענלעכער און אַרומנעמיקער באַקאַנטשאַפֿט ווירקן זײַנע באַשרײַבונגען פֿון דעם מיקראָקאָסמאָס פֿון דער אַמאָליקער פֿרומער וועלט און אירע געשטאַלטן רעאַליסטיש, איבערצײַגנדיק און לעבעדיק. אין יעדן ווערק, אין אַן אַנדער מאָס, פֿורעמען אויס דעם שרײַבערס אויטאָביאָגראַפֿישע נאַראַטיוון אַ פֿילפּנימדיק היסטאָריש־קולטורעל בילד פֿון אַ בליִענדיקער ייִדישער קהילה.

גראַדעס מעטאָד איז געווען אַ שלמותדיקע רעקאָנסטרוקציע פֿון דער ייִדישער ווילנע. דערפֿאַר, האָט ער געהאַלטן פֿאַר גאָר וויכטיק די באַשרײַבונג פֿון פּשוטע ווילנער ייִדן און נישט נאָר רבנים און גאונים. גראַדע איז אַנטשלאָסן פֿון ס׳נײַ אויפֿצושטעלן דאָס ייִדישע לעבן פֿון ווילנע אין זײַן גאַנצקייט, און וויל אומבאַדינגט באַשאַפֿן אַ געדענק־פֿאָרמאַט לגבי ווילנע ווי די ייִדישע היים וואָס האָט עקסיסטירט פֿאַרן חורבן. דעריבער איז אים וויכטיק איבערצוגעבן אין זײַן שרײַבן די לעבנס־געשיכטן פֿון אַ וואָס ברייטערער גאַמע ווילנער ייִדן, וואָס האָבן געהערט צו פֿאַרשיידענע סאָציאָ־עקאָנאָמישע מעמדים: די גרויסע רבנים־מתנגדים וואָס ווערן געשילדערט מענטשלעך און נישט צו הייליק, ישיבֿה־בחורים וואָס לערנען גמרא און קעמפֿן קעגן דעם יצר־הרע, ייִדישע טעכטער אין אַ טראַדיציאָנעל־פּאַטריאַרכאַלער וועלט, בעל־מלאָכות, פּשוטע ייִדן: עמי־האָרצים, קבצנים, גנבֿים.

אַ דוגמא פֿון אַזאַ מיקראָקאָסמאָס איז די לענגערע דערציילונג, „לייבע־לייזערס הויף‟, וווּ עס לעבן צוזאַמען און דאַרפֿן אויסקומען מיטאַנאַנד אַזעלכע טיפּאַזשן, ווי אַ גאָטספֿאָרכטיקער רבֿ וואָס ווערט אַ פּרוש ווײַל ער וויל נישט זײַן קיין מחמיר (להיפּוך צו אַ ליטווישן „מוסרניק‟), פּראָסטע ייִדן ווי פֿישערס, בעלי־מלאָכות ווי אַ שלאָסער און אַ בראָנדזניק, מיוחסים ווי אַ סאַדאָווניק אָדער גלאַט סוחרים. דערצו וווינען דאָרט אין איין הויף פֿרומע ייִדן מיט הפֿקרדיקע יונגע־לײַט. דורך פֿאַרשיידענע בײַשפּילן פֿון פּאָרפֿעלקער צייכנט גראַדע נישט נאָר די טראַדיציאָנעלע ווילנע, אָבער אויכעט אַן עיר־ואם אין וועלכער אַ מאָדערנער לעבנסשטייגער רײַסט זיך דורך און פֿירט אַפֿילו צו פֿאַרווערטע ליבע־באַציִונגען, ווי זיי ווערן געשילדערט מיטן גערעדטן לשון פֿון פּראָסטע מענטשן און דעם סלאַווישן קאָמפּאָנענט:

אַ פּאָר חדשים נאָך דער חתונה, שוין אין דער דירה אין לייבע־לייזערס הויף, האָט דער טאַפּעצירער זיך פֿאַרבענקט נאָך דער מאָדיסטקע און איז צו איר אַוועק מיט אַ פּאַק מתּנות. אָבער אַנשטאָט זי זאָל אים אַרײַנפֿאַלן אין די אָרעמס אַן אויסגעבענקטע און אָנגעלערנטע אים מער ניט צו באַליידיקן, האָט זי אים אויפֿגענומען מיטן מענה־לשון פֿון אַ מאַרק־ייִדענע:

האָסט חתונה געהאַט מיט אַ סטינקע און מיך ווילסטו פֿאַר דײַן ליובאָווניצע? אַ מכּה פֿאַרן וועלן!

גראַדעס „לייבע־לייזערס הויף‟ איז אַ שלמותדיקע רעקאָנסטרוקציע פֿון אַ הומאַניסטישן אימאַזש פֿון ווילנע פֿון קדושה און פֿון חול. דער אימאַזש, וואָס איז ווײַט ניט שלום־עליכמס אידילישער אינדזל, ווערט געבויט מיט גראַדעס אייגנטימלעכער שפּראַך. גראַדע, אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור, קען באַטאָנען די סאָציאָ־לינגוויסטישע שאַטירונגען און די קולטורעלע קנייטשן פֿון דער ייִדישער קהילה. דורך דעם קאָנטראַסט צווישן די געשטאַלטן און זייערע פֿאַרשיידענע וועלטן מאָלט גראַדע אויס דעם גוואַלדיקן ווילן פֿון אַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר צו געהערן צו דער קהילה, און פֿון דער אַנדערער זײַט – דער קהילהס צבֿיעות און גאווהדיקייט.

נישט ווי אַנדערע ייִדישע שרײַבערס וואָס האָבן באַשריבן דאָס פֿאַר־מלחמהדיקע מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדנטום, אָבער געשריבן אויך אויף ענגליש און אויף אַמעריקאַנער טעמעס, איז חיים גראַדע געבליבן אַ געטרײַער ווילנער זון פֿון דער ייִדישער טראַדיציע און פֿון זײַן מאַמען, ווידמענדיק זײַן שאַפֿונג דער ייִדיש־ליטווישער קולטור און דער מזרח־אייראָפּעיִשער ירושה. דער קאָלעקטיווער מזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער זכּרון ווערט געפֿורעמט דורך גראַדען מיט דער הילף פֿון ייִדיש און ער קען באַשטיין אין זכות פֿון זיין „שפּראַך־עטנאָגראַפֿיע‟, וואָס ער האָט אויסגעאַרבעט אין זײַן נאָכמלחמהדיקער פּראָזע. גראַדעס באַניץ מיטן גערעדטן ייִדיש און זײַן אויסערגעוויינלעך רײַכער ווערטער־אוצר לעבן אויף דעם עטאָס פֿונעם ליטווישן ייִדנטום און דערמעגלעכן דעם לייענער מיטצופֿילן די אויטענטישע מזרח־אייראָפּעיִשע איבערלעבונג פֿון זײַן קינדהייט און יוגנט.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.