Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות וועגן דעם לעצטן שעף־רעדאַקטאָר פֿון „לעצטע נײַעס‟ — יצחק בראַטMy memories of the last editor of the Israeli paper, “Letste Nayes” – Itzhak Brat

גאַנצע פּאַראַגראַפֿן האָבן פון אים געשטראָמט אָן אויפֿהער, ווי עמעצער אַנדערש וואָלט אים דיקטירט דעם אינהאַלט.

ס׳איז שוין געטראָפֿן אַ סך מאָל, אַז כ׳זע זיך מיט ישׂראלים אין מײַנע יאָרן, און זיי הערן ווי מע דערמאָנט „לעצטע נײַעס‟ צינדן זיך די אויגן אָן בײַ זיי, זיי זענען מיט אַ מאָל ווידער אין אין די 50ער און 60ער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווען זייערע עלטערן, נײַע עולים מיינסטנס פֿון מזרח־אייראָפּע, פֿלעגן מיט דורשט לייענען זייער באַליבטע ייִדישע צײַטונג.

די דאָזיקע פּובליקאַציע האָט פֿאַרבונדן די עולים צו דער וועלט פֿון ייִדיש, צום ייִדישן הומאָר, פֿאָרשטעלונגען פֿון ייִדישע אַקטיאָרן און פֿאַרשטענדלעך צו די ראָמאַנען וועלכע מ׳פֿלעגט דרוקן אין המשכים. אויך איך האָב געקוועלט פֿון אָט די זעלבע זכרונות, ווײַל אויך מײַן פֿאָטער, זישע גאָלדוואַסער ע”ה, אַן עולה פֿון אַרגענטינע, פֿלעגט רעגולער קויפֿן די צײַטונג בײַם קיאָסק וואָס אַנטקעגנאיבער זײַן הויז אין בת־ים. ער האָט ממש מיט הנאה אַראָפּגעשלונגען דעם שעף־רעדאַקטאָר מרדכי צאַנינס בײַסיקע אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך יעדן פרײַטיק געדרוקט אונטערן קעפּל, „שבתדיקע שמועסן‟.

אין די 80ער יאָרן, נאָך מײַן אומקער פון מײַנע קאָמפּאָזיציע־לימודים אין שיקאַגע, כאָטש מײַן הויפּט פּרנסה איז געווען מוזיק, האָב איך אָנגעהויבן אַ טעטיקיט ווי אַ וואָלונטיר אויפֿן געביט פֿון ייִדישער קולטור. אין אַ געוויסן מאָמענט האָב איך באַשלאָסן צו אַרבעטן אין אָט דער בכּבֿודיקער ייִדישער צײַטונג. מײַן שטרעבונג איז געווען, אַז די אַרבעט אין „לעצטע נײַעס‟, אויף גאַס הרכּבֿת 52, תּל־אָבֿיבֿ, וועט אויף זיכער פֿאַרבעסערט מײַן ייִדיש, שריפֿטלעך און מינדלעך, עפּעס וואָס כ׳האָב אַזוי שטאַרק באַגערט.

צום סוף, האָט עס ניט נאָר פֿאַרבעסערט מײַן ייִדיש, נאָר ס׳האָט אויך פֿאַרפֿעסיקט מײַן קאָנטאַקט מיט די קולטור־העלדן, וואָס כ׳האָב מיט זיי מיטגעאַרבעט. כ׳ווייס ניט ווי אַזוי, נאָר כ׳בין גאַנץ שנעל אָנגענומען געוואָרן צו דער אַרבעט. מסתּמא האָבן די רעדאַקטאָרן זיך גענייטיקט אין פֿרישע כּוחות. ווען כ׳האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין „לעצטע נײַעס‟ האָט צאַנין שוין אויפֿגעהערט צו אַמטירן ווי דער שעף־רעדאַקטאָר, און זײַן רעכטע האַנט — יצחק בראַט — איז געוואָרן זײַן פֿאַרטרעטער. יצחק בראַט איז געווען אַ שלאַנקער, וואָלינער ייִד וואָס האָט די מלחמה־יאָרן איבערגעלעבט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. נאָכן קריג געקומען קיין מינכען, וווּּ ר׳האָט רעדאַקטירט די צײַטשריפֿט „דאָס וואָרט‟ און עולה געווען אין 1951.

בראַט פֿלעגט צוגרייטן דעם טעגלעכן טעקסט „פֿון דער רעדאַקציע‟ און ער האָט זיך אָפֿט גענייטיקט אין אַ מאַשיניסט — ס׳הייסט, ווער סע אַרבעט אויף דער שרײַבמאַשין. פֿלעג איך זיצן אַנטקעגן אים, אַ ברייטער טיש איז צווישן אונדז געשטאַנען, און ער פֿלעגט דיקטירן דעם טעקסט ווי ער וואָלט עס שוין פֿון פֿאָרויס געוווּסט פֿון אויסנווייניק, און איך, דער גרינער אין דער רעדאַקציע, האָב דעם אַרטיקל אַרײַנגעקלאַפּט אויף דער שרײַבמאַשין. בראַט האָט זיך גענומען צום טעקסט און ממש ווי אין איין אָטעם איז ער דערגאַנגען ביזן לעצטן פּונקט. פֿון מײַנעטוועגן פֿלעג איך מיט די צען פֿינגער, דערפֿאַרענע אויף דער קלאַוויר־קלאַוויאַטור, לויפֿן נאָך אים מיט דער צונג אין דרויסן… נאָכן לעצטן פּונקט האָט בראַט פֿון מיר באַקומען דעם אָפּגעדרוקטן זײַטל, דורכגעפֿלויגן דורך די שורות, אפֿשר צוגעגעבן אַ פּונקט צי אַ קאָמע און באַלד דערנאָך איז דער אַרטיקל אַראָפּ צום דרוק. אַמאָליקע צײַטן!

כ׳האָב ניט אויפֿגעהערט זיך צו חידושן ווי אַזוי גאַנצע זאַצן און פּאַראַגראַפֿן האָבן פון אים געשטראָמט אָן־אויפֿהער, ווי עמעצער אַנדערש וואָלט אויך אים דיקטירט דעם אינהאַלט. נאָר אַזוי איז ער געווען. אמת, „לעצטע נײַעס‟, ווי די אַנדערע פֿרעמד־שפּראַכיקע צײַטונגען, וועלכע די רעדאַקציעס זענען געזעסן אין זעלבן בנין און געהערט צום זעלבן בעל־הבית, האָבן זיך געהאַלטן אין איין שטרענגער מפּא”יניקער ליניע. ס׳האָט דורכאויס געהערשט אין זיי אַ קאָנפֿאָרמיסטישע, אָפֿיציעלע אָריענטאַציע. אָבער די צײַטונג איז פאָרט געווען אויף ייִדיש און דאָס האָט צוגעטראָגן דעם לייענער דעם טעגלעכן, גײַסטיקן שפײַז אין וועלכן ער האָט זיך גענייטיקט.

אויפן שטאָק אַוווּ מיר האָבן געאַרבעט איז געשטאַנען אַן אויטאָמאַטישער קאַווע־אַפּאַראַט מיט פֿאַרשידענע סאָרטן קאַווע און אויךוואָס האָט אויך זאַפֿט פֿאָרגעלייגט. ס׳איז געווען דער טרעפֿפּונגט פֿון זשורנאַליסטן פֿון די פֿאַרשידענע ביוראָען פֿון די צײַטונגען אויף פּויליש, אונגעריש, רומעניש, דײַטשיש און אַנדערע שפּראַכן. כ׳קאָן עס ניט באַשטעטיקן, צי איז געווען בײַ מיר נאָר אַן אילוזיע, נאָר תּמיד האָב איך אַ רושם געהאַט, אַז אַלע אַנדערע זשורנאַליסטן זענען אונדז, די ייִדיש־שפּראַכיקע, מקנא געווען. בײַ אָט די געבילדעטע מענטשן האָט ייִדיש געהאַט אַ געוויסן פּרעסטיזש און מיר האָבן גענאָסן פֿון אָט דעם מעמד. אונדזער אַרבעטסאָרט אין תּל־אָבֿיבֿ איז, אין תּוך, געווען אַ שטיקל אויסלאַנד.

יצחק לודען — דער נידעריקער, היפּער־ענערגישער פֿאַרברענטער בונדיסט, אַ וואַרשעווער — האָט געהאַט זײַן אייגן צימער און דאָרט געאַרבעט אין גאַנצן זעלבסשטענדיק. אוי וויי דעם וואָס האָט אים מיט עפּעס אַ וואָרט געשטערט. תּמיד איז ער געווען אין אַ טראַנס פֿון פֿאַרענדיקן אָדער אָנהייבן אַ נײַעם אַרטיקל, ווײַל די צײַט איז קורץ און ס׳איז דאָ אַזוי פֿיל אַרבעט.

נאָך אַ מיטאַרבעטער איז געווען מוסיע לאַנדאַו, די שטאָלצע ווילנערין, וואָס דעם דרוקערײַ־פֿאַך און זשורנאַליסטיק איז אַריבער אין דער משפּחה פֿון דור צו דור. עפּעס אַ באַשיידענע אַריסטאָקראַטישקייט איז בײַ איר געווען, מיט פֿיל עצבֿות אין די אויגן און גערעדט נאָר וואָס ס׳איז נייטיק. תּמיד געווען גרייט מיר צו העלפֿן אין אויסאַרבעטן צי איבערזעצן אַ טעקסט, ווײַל כ׳בין דאָך געווען אַ יונגער אַקטיוויסט אין פֿאַרבאַנד המשך־דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש. אין אַ באַזונדערער ייִדישער צײַטונג האָט געאַרבעט שמעון קאַנץ, א הויך־געשעצטער ליטעראַטור־קריטיקער און זײַן פֿרוי.

פֿון מוסיע לאַנדאַו האָב איך געלערנט ברייטער צו באַנוצן דעם אַרטיקל דאָס. פֿון לודענען — אַז סטיליסטיש מעג מען זיך באַנוצן סײַ מיט נישט סײַ מיט ניט, און פֿון בראַטן — זײַן אָנווײַז, שרײַב ווי דו רעדסט. נו, הלוואי וואָלט איך געקאָנט רעדן־שרײַבן, ווי ער האָט עס געטאָן. אַ ליכטיקן גן־עדן זיי אַלעמען. יעדער באַזונדער און אויך צוזאַמען האָבן פֿיל בײַגעטראָגן צו מײַן טיפֿן אָנגעהעריקייט־געפֿיל צו דער אייראָפּע פֿון פֿאַרן קריג.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.