זומער־קורסן אויף ייִדיש: ווילנע, חסידישע זשורנאַלן און די ייִדישע קיךSummer classes held in Yiddish: Vilna, Hasidic magazines and Yiddish cuisine
אַנדערע טעמעס זענען די ווערק פֿון ה. לייוויק און אַרכיוו־מאַטעריאַלן וועגן סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער.

Image by Workers Circle
סוף יוני הייבן זיך אָן די נײַע ייִדישקורסן בײַם אַרבעטער־רינג. בסך־הכּל וועלן זײַן 35 קורסן, אַלע אויף „זום“: פֿערצן קורסן פֿאַר אָנהייבערס, אַכט פֿאַר מיטנדיקע סטודענטן און דרײַצן פֿאַר אַוואַנסירטע.
אין פֿרילינג און אין האַרבסט געדויערט אַ געוויינטלעכער קורס צען וואָכן, אָבער אין זומער — בלויז פֿינף וואָכן. דערפֿאַר אָבער קאָסטן די זומערקורסן אויך אַ סך ווייניקער: בלויז $140 פֿאַר מיטגלידער פֿונעם אַרבעטער־רינג, און $170 פֿאַר ניט־מיטגלידער. די אַוואַנסירטע קורסן און אַ טייל פֿון די מיטנדיקע קורסן זײַנען געווידמעט ספּעציעלע טעמעס, וואָס קענען אויך פֿאַראינטערעסירן גוטע קענערס פֿון דער שפּראַך. ד׳׳ר דוד קאַץ וועט לערנען די גרעסטע צאָל אַוואַנסירטע קורסן — גאַנצע פֿינף — וועגן דעם ייִדישן ווילנע, די ווערק פֿון חיים גראַדע, אַשכּנזיש העברעיִש, חסידישע זשורנאַלן און דער ייִדישער לינגוויסטיק. ד”ר איוו יאָכנאָוויץ וועט לערנען, צווישן אַנדערע, אַ קורס אויף ייִדיש וועגן אַשכּנזישע ייִדישע מאכלים ווי שטשאַוו און באָרשט. מע וועט אויך געבן אָנהייבער־קורסן ווי זיך אויסצולערנען דעם אַלף־בית און אַ צאָל שמועסקלאַסן פֿאַר סטודענטן.
אַ טייל קורסן הייבן זיך שוין אָן דעם 20סטן יוני, בלײַבט נישט קיין סך צײַט זיך צו פֿאַרשרײַבן.
כּדי צו זען אַלע טעמעס און לערער אין דער זומער־פּראָגראַם בײַם אַרבעטער־רינג, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
