Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מיטלשול־תּלמידה זעט, ייִדיש איז אַ סך מער ווי די ווערטער, „נאַש‟ און „שמוץ‟High school student: Yiddish is more than words like “nosh” and “shmutz”

דאָס אַקאַדעמישע לשון וואָס כ׳האָב געהערט אין קלאַס איז געווען אַ סך פֿאָרמעלער ווי דאָס ייִדיש וואָס כ׳האָב געהערט אין שטוב, קאַלט אַפֿילו.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

כ׳וועל אײַך אויסזאָגן אַ סוד: יאָרן לאַנג האָב איך נישט געהאַט קיין שום אינטערעס זיך צו לערנען ייִדיש.

פֿאַר דער פּאַנדעמיע איז ייִדיש בײַ מיר געווען אַ שפּראַך וואָס בלויז טאַטע־מאַמע און באָבע־זיידע האָבן גערעדט, און פֿאַר זיי — מײַנע עלטער־באָבע־זיידע. מײַנע עלטערן זענען ישׂראלים, אַזוי אַז העברעיִש איז מיר געווען היימישער. כ’האָב געוווּסט גענוג ייִדישע ווערטער צו קענען פֿאַרשטיין וואָס מע רעדט אָבער פֿליסיק בין איך זיכער נישט געווען. ס׳איז געווען אַ שפּראַך בלויז פֿאַר דער שטוב. קיינער פֿון מײַנע מיט־תּלמידים בײַ דער „קאָלומביע מיטלשול‟ אינעם אַפּער וועסט סײַד פֿון מאַנהעטן האָבן אַ מאָל געהערט אַ ייִדיש וואָרט, אַחוץ אפֿשר „שוויץ‟ און „שלעפּ‟.

צוליב מײַנע הויכע צייכנס האָב איך געקענט אויף איין סעמעסטער נעמען אַ קורס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, ווי אַ טייל פֿון אַ בשותּפֿותדיקער פּראָגראַם צווישן מײַן שול און דעם קאָלעדזש. זעענדיק די באַשרײַבונגען פֿון די קורסן וואָס מע גיט אינעם האַרבסט־זמן, האָט נישט קיין איינער פֿון זיי מיר אויסגעזען כּדאַי. פּלוצלינג האָב איך אָבער דערזען דאָס וואָרט „ייִדיש‟, האָט עס אין מיר עפּעס אָנגעצונדן און איך האָב זיך פֿאַרשריבן.

ווען כ׳האָב דערציילט טאַטע־מאַמע אַז איך גיי זיך לערנען ייִדיש האָבן זיי זיך צעלאַכט. די מאַמע האָט געזאָגט אַז ייִדיש איז בכלל נישט ניצלעך. „נעם שוין אַ קורס אין קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט,‟ האָט זי געעצהט. „פֿון דער ייִדיש־בראַנזשע וועסטו קיין מאָל נישט רײַך ווערן.‟

מײַן שכנה, אַ לעבן געבליבענע פֿון חורבן, האָט מיך אויך געפּרוּווט אָפּמוטיקן. „ייִדיש? ס׳איז אַרויסגעוואָרפֿן די צײַט! לערן זיך שוין מאַנדאַרין — מיט דעם וועסטו קענען צקוקומען צו אַ סך שטעלעס.‟

מסתּמא חידושט איר זיך פֿאַר וואָס אַ 16־יאָריק מיידל פֿון אַ טראַדיציאָנעלער היים אין בראָנקס, האָט באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש. איין סיבה איז וואָס דאָס לערנען זיך דאָס לשון פֿון מײַנע באָבע־זיידע האָט אָנגעהויבן אָננעמען אַ מער חשובֿ אָרט בײַ מיר אין האַרצן, בפֿרט ווײַל דאָס איז געווען די שפּראַך פֿון ס׳רובֿ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע — אַ ראַיאָן פֿון וועלכן מיר האָבן געמוזט אַנטלויפֿן, די קולטור פֿון אַ פֿאָלק וואָס איז גערודפֿט געוואָרן אָן אַ שיעור.

דער זיידע פֿלעג זאָגן זײַנע אייגענע קינדער: „איר זענט איצט אין אַמעריקע. רעדט זשע אַמעריקאַניש.‟ אַזוי טראַכטן אויך אַ סך אַנדערע ייִדישע טאַטעס, מאַמעס, באָבעס און זיידעס. דורך מײַן לערנען זיך ייִדיש האָף איך אַז איך וועל געפֿינען אַ פֿאַרבינדונג צו דער קולטור וואָס איז מיר פֿאַרלוירן געגאַנגען ווײַל מע האָט מיר נאָר איבערגעגעבן ברעקלעך דערפֿון.

איידער איך בין אַרײַן אין ייִדיש־קלאַס צום ערשטן מאָל האָב איך זיך געזאָרגט ווײַל כ׳האָב געוווּסט אַז איך וועל זיך לערנען אין איינעם מיט קאָלעדזש־סטודענטן. ווער ווייסט וויפֿל ייִדיש זיי קענען שוין? וועל איך זיך קענען אַן עצה געבן אין אַ ים פֿון שמועס־פֿראַגעס ווי, למשל, „ווי הייסטו?‟ און „האָסטו ליב בייגלס?‟

דער קלאַס האָט זיך געטראָפֿן אַלע מאָנטיק און מיטוואָך פֿון זעקס ביז אַכט אַ זייגער אין אָוונט. בײַם אָנהייב זענען די לעקציעס טאַקע געווען שווער. דאָס ייִדיש־לשון אין קלאַס איז געווען אַזוי אַנדערש פֿון דעם וואָס איך האָב געהערט אין דער היים. מײַנע עלטערן האָבן פּשוט אָנגעפּיקעוועט זייער ענגליש מיט ייִדישע ווערטער ווי, למשל: Watch your keppy אָדער ?What did the shadkhn say אָדער Stop noshing and wipe that shmuts off your face. דאָס אַקאַדעמישע ייִדיש וואָס איך האָב געהערט אין קלאַס איז געווען מער פֿאָרמעל, קאַלט אַפֿילו. צוריקגערעדט האָט עס אויף מיר אויך געמאַכט אַ גרויסן רושם. דאָס זענען געווען אמתע ווערטער געשריבן מיט העברעיִשע אותיות, מיט וואָקאַלן און קאָנסאָנאַנטן, מיט אַ קאָמפּליצירטער זאַצסטרוקטור און אַ ריזיקער ליטעראַטור.

צו־ביסלעך האָב איך געקראָגן אַ טיפֿן דרך־ארץ פֿאַר דער „קאַלטקייט‟ פֿונעם אַקאַדעמישן ייִדיש. דער פּראָפֿעסאָר האָט מיך באַקענט מיטן פֿאָרווערטס, מיט די קולטורעלע אָנצוהערענישן וואָס ליגן באַגראָבן אין די ווערטער און אויסדרוקן. כ׳האָב געהערט פֿראַגמענטן פֿון לשון־קודשדיקע ווערטער אין אַ טייל פֿון די ייִדישע פֿראַזעס וואָס איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט אַז מײַנע עלטער־באָבעס און ־זיידעס האָבן מסתּמא געניצט אין געלייענט אין די ייִדישע צײַטונגען נאָכן באַזעצן זיך אין ברוקלין. פֿון איין זײַט האָבן די עלטער־באָבע־זיידעס געוואָלט אַנטלויפֿן פֿון זייערע ייִדישע וואָרצלען; פֿון דער צווייטער האָבן זיי פֿאָרט געוואָלט האַלטן אין קעשענע אַ חלק פֿון דער אַלטער היים.

איצט אַז איך לערן זיך די שפּראַך האָבן טאַטע־מאַמע אָנגעהויבן רעדן מער ייִדיש אין שטוב, כאָטש מײַנע שוועסטער און ברידער ווײַזן נישט אַרויס קיין שום אינטערעס צו דעם, בשעת זיי זוכן זייער אייגענעם דרך. פֿון דעסט וועגן האָט דאָס אַרײַנברענגען מער ייִדישע קולטור אין שטוב אונדז געגעבן מער ייִדישע טעמעס אַרומצורעדן, מער מאכלים צוצוגרייטן און מער לידער צו זינגען.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.