ווידעאָ: קאָך־שטערן רייזל־ראָזע באַשרײַבט אירע פּײַנלעכע קינדער־יאָרן בשעתן חורבןWATCH: Yiddish cooking star describes her harrowing childhood during the Holocaust
האָבנדיק אָנגעוווירן ביידע עלטערן, האָט זי ממש געבעטלט אין די גאַסן, ביז אַ משפּחה האָט זי אַרײַנגענומען צו זיך.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווען דער פֿאָרווערטס האָט לעצטנס ווידער פֿאַרשפּרייט זײַן ווידעאָ, „ראָזאַ מאַכט קאַשע־וואַרניטשקעס‟ אויף פֿייסבוק האָט ער צוגעצויגן נישט ווייניקער ווי 50,000 מענטשן.
ראָזאַ, וואָס איר ייִדישער נאָמען איז רייזל, איז ראָזע גערשבערג־יאַפֿע, אַ געבוירענע האַרט פֿאַרן חורבן אין כעטין, בעסאַראַביע, לעבן טשערנאָוויץ.
ווי דאָס פֿריִערדיקע מאָל וואָס דער פֿאָרווערטס האָט פֿאַרשפּרייט „ראָזאַ מאַכט קאַשע וואַרניטשקעס‟, האָבן צענדליקער מענטשן קאָמענטירט אויף פֿייסבוק און יוטוב וועגן איר חן, איר האַרציק געלעכטער און איר בעסאַראַבער ייִדיש.
רייזל־ראָזאַ איז אָבער אויך אַ גוטער דערציילערין. אין 1992 האָט מען געמאַכט מיט איר אַ לענגערן אינטערוויו, אויף ענגליש, וווּ זי רעדט וועגן איר לעבן במשך פֿון די יאָרן 1941 ביז 1958. ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן אין בעסעראַביע, דערציילט זי, איז זי געווען זיבן יאָר אַלט. מע האָט פֿאַרברענט די ייִדישע הײַזער און מע האָט רייזל און אירע קרובֿים פֿאַרטריבן אין דער גאַס אַרײַן. זיי האָבן זיך געוואַלגערט פֿון שטעטל צו שטעטל. אירע באָבע־זיידע זענען געשטאָרבן אינעם שטעטל, סאָראָקע, דערנאָך האָט מען ראָזע מיט איר מאַמען סאָניע, שוועסטער מיניכע און ברודער לייזער, ווידער פֿאַרשיקט קיין כעטין. זיי זענען געפֿאָרן אַריבער דער גרענעץ קיין מאָהילעוו, וווּ זיי האָבן דערזען ווי מענטשן גוססן אין די גאַסן, אין דער בלאָטע. באַלד זענען זיי פֿאַרשיקט געוואָרן אין אַ לאַגער אין טראַנסניסטיר, און דאָרט זענען אומגעקומען איר מאַמע, ברודער און שוועסטער.
זוכנדיק עפּעס צו עסן, האָט רייזל־ראָזע געקלאַפּט אין פֿרעמדע טירן און געבעטן ברויט בײַ זיי. נאָך אַנדערהאַלבן יאָר פֿון אַרומוואַלגערן זיך איבער די גאַסן האָט מען זי פֿאַרשיקט מיט אַ גרופּע ייִדישע יתומים קיין בערלאַד, רומעניע און דערנאָך קיין בוקאַרעשט, וווּ אַ משפּחה האָט זי אַרײַנגענומען צו זיך אויף אַ ווײַל. שפּעטער, וווינענדיק שוין אין אַ יתומים־הויז אין אַדעס, איז אָנגעקומען אַ טעלעגראַם, אַז איר פֿעטער וועלוול אין טשערנאָוויץ זוכט זי, און מע האָט זי געבראַכט צו אים. אין 1958 איז זי געפֿאָרן קיין ישׂראל, און סוף־כּול־סוף, אין 1961, קיין אַמעריקע.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
