Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּאַנעל־דיסקוסיע: נײַער פּראָיעקט צו באַלעבן די ייִדישע פֿאָלקסליד־טראַדיציעPanel discussion: A new project to energize the Yiddish folksong tradition

אַ וויכטיקער אַספּעקט פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסליד־טראַדיציע איז די ראָלע פֿון פֿרויען בײַם איבערגעבן די לידער צו ווײַטערדיקע דורות.

דעם 23סטן יוני, 12 אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט פֿאָרקומען אַן אָנלײַן־דיסקוסיע אונטערן טיטל, „לאָמיר אויפֿפֿרישן דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד“, מיט דער באַטייליקונג פֿונעם מוזיקאָלאָג האַנקוס נעצקי, דער פֿאָלקלאָריסטין ד׳׳ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט און דער חזנטע דזשאַנעט לײַכטער.

אַלע דרײַ האָבן געהאָלפֿן גרינדן דעם פּראָיעקט, „אינעווייניק אינעם ייִדישן פֿאָלקסליד“ וואָס איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין נאָוועמבער 2020, אונטערן פּאַטראָנאַט פֿונעם צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טאַנץ. בעת דער דיסקוסיע וועלן זיי פּרעזענטירן זייערע פּלענער פֿאַרן פֿאָלקסליד־פּראָיעקט.

אַ וויכטיקער אַספּעקט פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסליד־טראַדיציע איז דאָס צענטראַלע אָרט פֿון דער ייִדישער פֿרוי. הגם מע האָט געוויינטלעך נישט געהערט ווי פֿרויען זינגען אין אַ רעליגעזן קאָנטעקסט, זײַנען די וועלטלעכע לידער געווען, דער עיקר, אַ פֿרויען־טראַדיציע.

לײַכטער וועט אויך רעדן אויף דער טעמע, „אַן אומבאַקאַנטער פּערל פֿון דער וועלט פֿון רעליגיעזע פֿאָלקסלידער אויף ייִדיש“, און נעצקיס רעדע וועט זײַן „דער ייִדישער רעפּערטואַר פֿון מאָריס האָלענדער“. די אַנדערע באַטייליקטע וועלן דערציילן וועגן דעם פּלאַן צו אָרגאַניזירן אַ סימפּאָזיום וועגן פֿאָלקסלידער בײַם פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק“ אין דעצעמבער 2021.

מע קען זיך רעגירסטרין אויף דער אונטערנעמונג דאָ.

די הויפּט־מיטגלידער פֿון „אינעווייניק אינעם ייִדישן פֿאָלקסליד“ זײַנען דער זינגער און מוזיקער מיישקע אַלפּערט; דער מוזיקאָלאָג ד׳׳ר זאבֿ פֿעלדמאַן; דער פֿאָלקלאָריסט ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן; די זינגערין עטל ריים; דער זינגער דזשאַש וואַלעצקי און דער מוזיקאָלאָג ד׳׳ר מאַרק סלאָבין, וואָס איז אויך זײַן קוראַטאָר.

פֿאַר וואָס איז וויכטיק זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדישע פֿאָלקסלידער דווקא איצט? אויף דער וועבזײַט שטייט אַז „איצט איז אַ היסטאָרישער מאָמענט, צוליב צוויי טעמים: ערשטנס, ווײַל איצט האָבן מיר אויפֿן קאָמפּיוטער דעם שליסל צום גאַנצן אוצר פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. גרויסע זאַמלונגען פֿון רעקאָרדירונגען, ווי די קאָלעקציעס פֿון רות רובין און בען סטאָונהיל, זײַנען איצט צוטריטלעך אָנלײַן. אין גיכן וועט מען אויך האָבן דעם מאַטעריאַל פֿונעם פֿאָלקסלידער־פּראָיעקט, וואָס דער ייִוואָ האָט דורכגעפֿירט אין די 1970ער יאָרן. צווייטנס, זעט מען איצט דעם גרעסטן אינטערעס צו ייִדישע פֿאָלקסלידער ווי מע האָט שוין געזען זינט צענדליקער יאָרן. דער עולם וויל נישט בלויז פֿאַרשטיין די לידער, נאָר אויך זיי פֿאַראייגענען, זיי געבן אַ פּערזענלעכן באַטײַט“.

אַ גרויסע האָפֿענונג בײַ די פֿירער פֿונעם פּראָיעקט איז אַז דער ייִנגערער דור וועט אַליין אײַנזען די אוצרות פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד, און אָנהייבן זינגען, פֿאַרשפּרייטן און פֿאָרשן די לידער.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.