Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער ייִדישער קעניג פֿון װאַרשעThe Jewish King of Warsaw

אַ פּױלישער שרײַבער שאַפֿט אַן אײגנאַרטיקן ראָמאַן פֿון דער װאַרשעװער ייִדישער אונטערװעלט ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה.

Szczepan Twardoch
The King of Warsaw
Amazon Crossing, 2020
379 pages


דער פּאָליטישער מצבֿ אין פּױלן ערבֿ דעם אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז געװען געשפּאַנט. דער דיקטאַטאָר יוזעף פּילסודסקי, װעלכער האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין 1926, איז געשטאָרבן אין 1935. זײַנע פּאָליטישע יורשים פֿון דער פּױלישער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ זײַנען געװען שװאַך, בעת זײערע קעגנער פֿונעם רעכט־נאַציאָנאַליסטישן לאַגער זײַנען געװאָרן אַלץ מער פּאָפּולער. זײ האָבן געװאָלט נאָכמאַכן די דערפֿאָלגרײַכע פֿאַשיסטישע רעזשימען אין דײַטשלאַנד און איטאַליע און אָנגעהעצט אַנטיסעמיטישע שטימונגען בײַ דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג.

אַזאַ איז דער היסטאָרישער הינטערגרונט פֿונעם ראָמאַן, „דער קעניג פֿון װאַרשע‟, פֿונעם פּױלישן מחבר, שטשעפּאַן טװאַרדאָך, װאָס איז לעצטנס אַרױס אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. דער ראָמאַן הײבט זיך אָן מיט אַ באָקס־געשלעג צװישן דעם ייִדישן באָקסער יעקבֿ שאַפּיראָ און דעם קריסט, אַנדזשײ זעמבינסקי. „צװײ װאַרשעס האָבן זיך אָנגעזאַמלט אַרום דעם רינג, פֿרעמד אײנע דער צװײטער‟. די דאָזיקע צװײ װאַרשעס האָבן „גערעדט פֿאַרשײדענע שפּראַכן, געלעבט אין פֿאַרשײדענע װעלטן, געלײענט פֿאַרשײדענע צײַטונגען און אַרױסגעװיזן אײנע לגבי דער צװײטער גלײַכגילט אין בעסטן פֿאַל אָדער שׂינאה אין ערגסטן.‟ ייִדן און קריסטן האָבן געװױנט אױף שכנישע גאַסן אָבער זײַנען געװען צעטײלט ממש ווי דורך אַ ים. אַזױ באַשרײַבט טװאַרדאָך די פּױלישע הױפּטשטאָט סוף–1930ער יאָרן.

אין דער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון יענער תּקופֿה איז אַ באָקס־געשלעג צװישן אַ ייִדישן און אַ קריסטלעכן באָקסער געװען ניט סתּם אַ טשיקאַװע פֿאַרװײַלונג. — דער ייִד איז געװען אַ מיטגליד פֿון אַ קרימינעלער חבֿרה, װאָס האָט אױסגעפּרעסט שיצגעלט פֿון קלײנהענדלער און בעל־מלאָכות אין דער ייִדישער געגנט, בעת דער צװײטער איז געװען דער זון פֿונעם הױפּט־פּראָקוראָר פֿון פּױלן און אַ פֿאַרביסענער שׂונא־ישׂראל. צװישן די צוקוקער פֿון דעם געשלעג איז געװען אַ בחור מיטן נאָמען משה בערנשטײן, דער דערצײלער פֿונעם ראָמאַן. ער האָט באַקומען אַ בילעט אױף דעם געשלעג פֿון שאַפּיראָ גופֿא, כאָטש דעמאָלט האָט ער נאָך נישט געוווּסט, אַז אָט דער שאַפּיראָ האָט מיט אַ טאָג פֿריִער ברוטאַל דערמאָרדעט זײַן טאַטן, אַ קרעמער, דערפֿאַר, װאָס יענער האָט ניט געהאַט קײן אויסלייזגעלט פֿאַר שאַפּיראָס באַנדיטן.

דער ראָמאַן איז פֿול געפּאַקט מיט רציחות, הריגות, זנות, שװינדל און אַנדערע שרעקלעכע זאַכן. טװאַרדאָך האָט ניט קײן רחמנות אױף זײַן לײענער און שילדערט דאָס מיט די סאַמע מיאוסטע פּרטים. פֿאַרשײדענע באַנדעס האָבן פֿאַרשײדענע פּאָליטישע פֿאַרבינדונגען. בראָש פֿון שאַפּיראָס חבֿרה שטײט אַ פּױלישער סאָציאַליסט, אַן אַמאָליקער חבֿר פֿון פּילסודסקין, װעלכע האָט נאָך אַלץ גוטע פֿרײַנד אין די הױכע פֿענצטער פֿון דער מאַכט. די דאָזיקע באַנדע באַהאַנדלט זײערע ייִדישע „קליענטן‟ אָן רחמנות, אָבער מען פֿאַרטײדיקט זײ קעגן די רעכטע נאַציאָנאַליסטן. די טעג פֿון אָט די לינקע באַנדיטן זײַנען אָבער געצײלטע, װײַל די נאַציאָנאַליסטן גרײטן זיך צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט.

שאַפּיראָ איז אַ באַנדיט, אָבער ער האָט כּלומרשט אַ ייִדישע נשמה. נאָך דעם, װי ער דערהרגעט משהס טאַטן, האָט ער גענומען דעם זון צו זיך אין דער משפּחה, כּדי אים צוצוגרײטן פֿאַר דער גזלנישער מלאָכה. אָבער אַנשטאָט צו װערן אַ װאַרשעװער באַנדיט איז משה געװאָרן דווקא אַ גענעראַל אין צה‟ל. ער זיצט אין זײַן תּל־אָבֿיבֿער דירה און שרײַבט אָט דעם ראָמאַן װי אַ מין דין־וחשבון פֿון זײַן לעבן. אױף דער עלטער איז ער געװאָרן אין גאַנצן פֿאַרטאָן אין זײַנע זכרונות און האָט אַפֿילו פֿאַרגעסן אַלע שפּראַכן אַחוץ פּױליש.

טװאַרדאָך האָט גוט דורכגעפֿאָרשט די תּקופֿה, װאָס ער באַשרײַבט, בפֿרט דאָס ייִדישע לעבן אין װאַרשע. װען זײַנע העלדן רעדן ייִדיש, איז דאָס דער זאַפֿטיקער װאַרשעװער דיאַלעקט, מיט אַן איבערזעצונג אין די העורות. כּדי איבערצוגעבן דעם פֿינצטערן קאָלאָריט פֿון דער װאַרשעװער אונטערװעלט האָט טװאַרדאָך גענוצט קרימינעלע באַריכטן פֿון די צײַטונגען פֿון יענער צײַט. אַ סבֿרה, ער האָט געשעפּט מאַטעריאַל אױך פֿון עדי פּאָרטנױס בוך, „דער שלעכטער רבֿ און אַנדערע מאָדנע אָבער אמתדיקע מעשׂיות פֿון דער ייִדישער פּרעסע‟, װאָס נעמט אַרײַן אַ היפּשע צאָל בײַשפּילן פֿון אַזאַ מין. ס׳איז ניט קלאָר, צי יעקבֿ שאַפּיראָ האָט אַ רעאַלן היסטאָרישן פּראָטאָטיפּ, אָבער ער האָט יאָ אַ ליטעראַרישן פּראָטאָטיפּ. דאָס איז דער ייִדישער „קעניג פֿון אָדעס‟, בעניע קריק, דער העלד פֿון יצחק באַבעלס „אָדעסער דערצײלונגען‟. באַבעל האָט געשריבן זײַנע דערצײלונגען אין די 1920ער יאָרן, װען די אַלטע אָדעס איז שױן נישט געװען. בעניע קריק איז געװען אַ ראָמאַנטישע פֿיגור פֿונעם עבֿר, אַ טײל פֿון דער אָדעסער נאָסטאַלגיע.

טװאַרדאָך שאַפֿט אַ נײַע מיטאָלאָגיע פֿון דער אַלטער װאַרשע. ער ציט װײַטער די טראַדיציע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אין די װערק פֿון שלום אַש, יצחק באַשעװיס, עוזר װאַרשאַװסקי און אַנדערע מחברים פֿאַרנעמט די װאַרשעװער אונטערװעלט אַ חשובֿ אָרט. די דאָזיקע טעמע איז ניט אַזױ בולט אין די װערק פֿון ניט־ייִדישע מחברים. ביז לעצטנס איז די ייִדישע װאַרשע געווען אין גאַנצן פֿאַרשאָטן דורכן חורבן. מען האָט אָנגעשריבן אַ סך ליטעראַרישע װערק װעגן דער װאַרשעװער געטאָ און דעם אױפֿשטאַנד, אָבער װײניק װעגן דעם ייִדישן לעבן אין װאַרשע פֿאַרן חורבן. „דער קעניג פֿון װאַרשע‟ איז אַ דרײסטער ליטעראַרישער עקספּערימענט, װאָס באַהאַנדלט בײדע טעמעס אױף אַן אײגנאַרטיקן אופֿן. פּונקט װען דער לײענער מײנט, אַז מען האָט שױן גוט פֿאַרשטאַנען, װאָס עס קומט פֿאָר מיט די העלדן, מאַכט דער סיפּור־המעשׂה אַ פּלוצעמדיקן קער, און מען דאַרף פֿון דאָס נײַ באַטראַכטן דעם גאַנצן ראָמאַן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.