לעקציע: ווי עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך האָבן אינספּירירט די פּיעסע, „דער דיבוק‟ (אויף ענגליש)LECTURE: How visits to the shtetls inspired the play, “The Dybbuk (in English)
דער מחבר, ש. אַנ־סקי, און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן געזאַמלט איבער טויזנט בילדער און לידער בעת זייערע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דאָנערשטיק דעם 8טן יולי, 4:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט ד”ר גבריאלה ספֿרן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים בײַם סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, האַלטן אַ לעקציע אויף ענגליש אויף דער טעמע, „ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און ש. אַנ־סקי‟. די לעקציע קומט פֿאָר אין די ראַמען פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, אָבער זי איז אָפֿן פֿאַרן ברייטן עולם. די בילעטן, וואָס מע רעזערווירט פֿון פֿריִער, זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
ספֿרן איז דער אָנערקענטער מומחה וועגן דעם לעבן פֿון ש. אַנ־סקי און האָט אָנגעשריבן די אויטאָריטאַטיווע ביאָגראַפֿיע, „פֿאַרוואָגלטע נשמה‟.
אַנ־סקי (1863־1920) איז הײַנט באַקאַנט, דער עיקר, פֿאַר זײַן פּיעסע „דער דיבוק‟, וואָס איז געוואָרן די באַרימטסטע ייִדישע פּיעסע פֿון אַלע צײַטן. אָבער ער איז אויך געווען אַ פּיאָנער פֿון דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע און אַ וויכטיקער פֿירער פֿון דער רוסישער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג. זײַן אמתער נאָמען איז געווען שלמה־זײַנוול ראַפּאָפּאָרט. דעם פּסעוודאָנים אַנ־סקי האָט ער פֿאַר זיך געשאַפֿן אין זײַן ראָלע ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער רעוואָלוציאָנער.
אין די יאָרן 1911־1914 האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ סעריע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך פֿונעם תּחום־המושבֿ. ער און זײַנע מיטאַרבעטערס האָבן דעמאָלט געמאַכט איבער אַ טויזנט פֿאָטאָגראָפֿיעס און רעקאָרדירט איבער אַ טויזנט ייִדישע לידער, 1,500 ייִדישע מעשׂיות און געקויפֿט 400 אָביעקטן פֿאַרן ייִדישן מוזיי אין פּעטערבורג. די דאָזיקע עקספּעדיציעס האָבן אים אינספּירירט צו שרײַבן „דער דיבוק‟, וואָס איז געוואָרן אַ דערפֿאָלג ערשט נאָך זײַן פּטירה אין 1920. ספֿרן וועט רעדן וועגן דעם שײַכות צווישן אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישער אַרבעט, זײַן פּיעסע און דער רוסישער פּאָליטיק פֿון זײַן צײַט.
כּדי צו רעזערווירן אַ בילעט, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
