Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך ירשן מײַן עלטער־עלטער־זיידנס מחזור — אַ פֿענצטערל צו זײַן ייִדישער וועלטReclaiming my great-great-grandfather’s prayer book and the Yiddish world he lived in

אַ סטודענט באַדויערט וואָס זײַן היברו־סקול האָט אים גאָרנישט געלערנט וועגן דער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

לאַנג איידער איך האָב גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש אין יוני 2020 האָב איך געהאַט פּלאַנירט צו נעמען פֿרײַ אַ יאָר איידער איך הייב אָן די גראַדויִר־שול.

כ׳האָב זיך אַוודאי אין גאַנצן נישט געריכט אַז ס׳וועט אויסברעכן אַ מגפֿה און ווי שטאַרק דאָס וועט ווירקן אויף די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון מײַן לעבן — ווי אַ ייִד, ווי אַן אַקאַדעמיקער און ווי אַ מוזיקער. מיר אַלע האָבן געמוזט זיך צופּאַסן צו אַ נײַעם לעבן אָנלײַן, נײַע אופֿנים פֿון זיך פֿאַרבינדן מיט מענטשן — און אָפֿט מאָל, אַנטופּלעקן אונדזערע אמתע מיינונגען.

במשך פֿונעם יאָר האָב איך זיך אויך דערוווּסט וועגן אַ גאָר אַנדערן אופֿן זיך צו אידענטפֿיצירן ווי אַ ייִד: דורכן שפּאַקטיוו פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אַ סך יונגע לײַט וואָס זענען, ווי איך, דערצויגן געוואָרן אין די היברו־סקולס פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, האָבן זיך דערווײַטערט דערפֿון, זעענדיק איר אַסימילאַטאָרישן, יעקישן כאַראַקטער און איר פֿעסטן פֿאָקוס אויף ציוניזם.

אַזאַ דערווײַטערונג מיינט אָבער נישט אַז מיר האָבן אָפּגעוואָרפֿן אונדזער ייִדישקייט. פֿאַרקערט, אין די קרײַזן פֿון מײַנע עלטערן האָט דאָס וואָרט „סעקולער‟ נישט באַטײַט סתּם נישט־רעליגיעז, נאָר דווקא גויִיש; מיט אַנדערע ווערטער — דאָס שטאַרק אידענטפֿיצירן זיך מיט דער קריסטלעך־אַמעריקאַנער קולטור. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט אַ פּאָזיטיוון טײַטש פֿונעם וואָרט „סעקולער‟, ווען איך האָב שטודירט די געשיכטע פֿונעם ייִדישן אַרבעטער בונד און זײַן איבערגעגעבנקייט צו סעקולאַריזם, ייִדישיזם און „דאָיִקייט‟.

אויף אַן אומדירעקטן אופֿן האָט מען אונדז אין היברו סקול אויך געלערנט אַז די חסידים און נטורי־קרתּא זענען פֿאַנאַטיקער. מע האָט אונדז קיין מאָל נישט געלערנט וועגן דער גרינדונג פֿון דער חסידישער באַוועגונג און דווקא ווי רעוואָלוציאָנעריש און פֿאָלקיש דאָס איז געווען. מע האָט מיך און מײַנע מיט־תּלמידים פֿאַרשפּאַרט אין אַ גראָען ווינקל, און אונדז גאָרנישט דערציילט וועגן דער פֿאַרשידנאַרטיקער געשיכטע און קולטור פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע.

דערפֿאַר ווילן אַ סך פֿון אונדז הײַנט זיך ווידער פֿאַרבינדן מיט יענע וואָרצלען וואָס זענען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרוויאַנעט געוואָרן, אָפּגעזונדערט פֿונעם הויפּטשטראָם.

דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט דער טאַטע מיר פֿאָרגעלייגט פֿאָרן פֿון מײַן דירה אין סאָמערוויל, מאַסאַטשוסעטס, קיין ניו־יאָרק צו זען מײַנע באָבעס און זיידעס לכּבֿוד מוטערסטאָג. על־פּי־צופֿאַל האָבן באָבע־זיידע סײַ פֿונעם טאַטנס צד, סײַ פֿון דער מאַמעס, לעצטנס זיך איבערגעצויגן אין דער זעלבער געגנט אין וועסטשעסטער, ניו־יאָרק און מײַן עלטערער מיטקינד, דזשולס, איז אויך געקומען. צום ערשטן מאָל אין מער ווי אַ יאָר האָב איך הנאה געהאַט פֿון טיפּישע משפּחה־מאָלצײַטן און מע האָט טאַקע אַ סך גערעדט וועגן אונדזער משפּחה־געשיכטע.

ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן האָט דזשולס געהאַט פּונקט אַזוי פֿיל חשק ווי איך צו הערן וועגן די איבערלעבונגען פֿון אונדזערע באָבע־זיידעס און עלטער־באָבע־זיידעס, און בפֿרט וועגן דער קולטור און פּאָליטיק פֿונעם תּחום־המושבֿ אין צאַרישן רוסלאַנד, וואָס איז הונדערטער יאָרן לאַנג געווען אונדזער היים.

מיר האָבן זיך אויך ביידע אָנגעכאַפּט אינעם געדאַנק אַז מיר ווילן זיך לערנען דאָס לשון פֿון אונדזערע אָבֿות, ייִדיש. אונדזער 91־יאָריקער זיידע פֿרעד, איז פֿאַרחידושט געוואָרן דערפֿון און אונדז געזאָגט אַז מיט יאָרן צוריק האָט אַ קרובֿ אַוועקגעשאָנקען דעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס אַ מחזור וואָס האָט באַלאַנגט צו זײַן אייגענעם זיידן (מײַן עלטער־עלטער־זיידן), נייטען כּהן .

נייטען כּהנס געסבוירענער נאָמען איז געווען נחום אַכיטאָוויטש. דורך מײַן אייגענער גענעאָלאָגישער פֿאָרשאַרבעט האָב איך אויסגעפֿונען אַז נייטען איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל יעזנע, הײַנט באַקאַנט ווי יעזנאַס, ליטע. פֿרעד האָט וואַרעמע זכרונות פֿון זײַן זיידן ווײַל מיט זײַן אייגענער מאַמען האָט ער געהאַט אַן אָנגעשטרענגטע באַציִונג און מיטן טאַטן האָט ער בכלל נישט געהאַט קיין פֿאַרבינדונג, האָט זײַן זיידע נייטען זיך באַצויגן צו אים ממש ווי אַ טאַטן. הגם נייטען איז געשטאָרבן מיט 72 יאָר צוריק האָב איך אָנגעהויבן פֿילן ווי עס שאַפֿט זיך אַ בונד צווישן מיר מיט אים, סײַ דורך מײַן זיידע פֿרעד, סײַ דורך דעם אַלטן מחזור.

Nathan Cohen

מײַן עלטער־עלטער־זיידע, נחום אַכיטאָוויטש, איז געוואָרן נייטען כּהן דאָ אין אַמעריקע Image by Gabriel Zuckerberg

ערשט דעמאָלט האָב איך אָפּגעמאַכט בײַ זיך אַז איך מוז אויסזוכן יענעם מחזור. מײַן חבֿרטע, שׂרה, האָט פֿאָרגעלייגט איך זאָל שיקן אַ בליצבריוו דעם ביבליאָגראַף און בילדונג־דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, דוד מאַזאָווער. מיט בלויז 11 מינוט שפּעטער האָט מאַזאָווער מיר געענטפֿערט אַז ער וועט בכּבֿוד־גדול גיין זוכן דעם מחזור פֿון מײַן עלטער־עלטער־זיידן. מיט צוויי טעג שפּעטער האָט ער מיר געלאָזט וויסן אַז איינע פֿון די ביליבאָטעקערינס האָט עס טאַקע געפֿונען!

prayerbook cover

דער שער־בלאַט פֿונעם עלטער־עלטער־זיידנס שבֿועות־מחזור, וואָס איז אַרויס אין ווילנע אין 1895 Image by Gabriel Zuckerberg

ווי ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן איז דאָס געווען אַ שבֿועות־מחזור, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 1894־1895 דורכן אָנגעזעענעם ווילנער פֿאַרלאַג, „ראָזענקראַנץ און שריפֿטזעצער‟. ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מײַן ערשטן בריוו מאַזאָווערן האָב איך טאַקע געשריבן פּונקט נאָך דעם ווי שבֿועות האָט זיך געענדיקט.

נאָך איידער מײַן עלטער־עלטער־זיידנס מחזור איז אָנגעקומען צו מיר אַהיים האָב איך שוין באַשלאָסן אַז איבעראַיאָר שבֿועות וועל איך אים מיטברענגען אין שיל אַרײַן, און אַזוי וועט ער ווידער אויפֿגעלעבט ווערן.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.