פֿונעם אַרכיוו: דער ישׂראלדיקער ייִדישער רעדאַקטאָר, מרדכי צאַנין, באַזוכט זאַמאָשטשFrom our archives: Israeli Yiddish editor Mordechai Tsanin visits Zamosc
אַן אָרטיקער אײַנוווינער ווײַזט אים אַ טונעל אונטער דער שיל וווּ די ייִדן האָבן באַהאַלטן זייערע תּשמישי־קדושה פֿון די דײַטשן.
מרדכי צאַנין (1906־2009) איז במשך פֿון 60 יאָר געווען דאָס וויכטיקסטע געשטאַלט אין דער ישׂראלדיקער ייִדישער פּרעסע. ס׳איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז אָן זײַן שווערער אַרבעט און עקשנות וואָלט בכלל ניט פֿאַרלייגט געוואָרן קיין טעגלעכע ייִדישע פּרעסע אין ישׂראל.
אַחוץ זײַן געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר און פּאָליטישער טוער, איז צאַנין קודם געווען אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער, וואָס האָט געשריבן סײַ ראָמאַנען און זכרונות, סײַ אַ ים מיט זשורנאַליזם אויף כּל־מיני טעמעס. כאָטש די גרויסע מערהייט פֿון זײַנע אַרטיקלען זענען דערשינען אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה און אין זײַן צײַטונג „לעצטע נײַעס‟ (תּל־אָבֿיבֿ), האָט ער אויך אָפֿט געדרוקט אינעם פֿאָרווערטס. צווישן זײַנע פֿאָרווערטס־אַרטיקלען איז אָט דער רעפּאָרטאַזש וועגן דעם ביטערן גורל פֿון דער זאַמאָשטשער ייִדישער קולטור־ירושה. (ד.ק.)
זאַמאָשטש
(דער אַרטיקל איז אַרויס אין די סוף 1980ער יאָרן).
די אַלטע פֿעסטונג־שטאָט זאַמאָשטש איז באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט צוזאַמען מיט דעם נאָמען פֿון יצחק לייבוש פּרץ. נישט די פֿעאָדאַלע מחלוקות פֿון די זאַמאָשטשער ריטער, נישט דער גלאַנציקער נאָמען פֿון די פֿירשטן זאַמאָיסקיס, וועלכע האָבן דאָ געהאַט זייער רעזידענץ, נאָר דווקא אַ ייִדישער מײַסטער האָט די שטאָט מפֿרסם געמאַכט איבער דער וועלט.
זאַמאָשטש איז געווען איינע פֿון די עלטסטע ייִדישע קהילות אין פּוילן. ייִדן האָבן שוין דאָ געוווינט נאָך איידער זאַמאָשטש איז געוואָרן אַ שטאָט. זענען ייִדן געווען די נשמה און דער גוף פֿון זאַמאָשטש. די אָרטיקע שיל האָט געהערט צו די עלטסטע ייִדישע אַרכיטעקטור־מאָנומענטן אין פּוילן; דער אַלטער זאַמאָשטשער בית־עולם האָט אין זײַנע קבֿרים געהאַלטן דאָס שטערבלעכע פֿון דורות גאונים, רבנים און פּיאָנערן און קעמפֿער פֿאַר מאָדערנע אידעעס בײַ ייִדן.
פֿאַר דעם מבול, וואָס איז געקומען אויפֿן פּוילישן ייִדנטום, האָבן דאָ געלעבט זעכצן טויזנט ייִדן, בעלי־מלאכות און סוחרים, אַרבעטער און קרעמער, און אַ גרויסע ייִדישע אינטעליגענץ. אין דער פֿעסטונג־שטאָט זענען געווען נאָך צוויי פֿעסטונגען, וואָס האָבן אויפֿן לעבן פֿון די ייִדן געהאַט אַ גרעסערע השפּעה, ווי די חומרדיקע מויערן און פֿאָסן (וואַסער־גראָבן בלע׳׳ז), וואָס האָבן אַרומגעצוימט זאַמאָשטש: חסידות און השׂכּלה.
איז דאָ געווען אַ רײַך ייִדיש לעבן, מיט שולן און ביבליאָטעקן, מיט אַן אייגענער פּרעסע, מיט פּאַרטייען און פּאַרטייעלעך, און אַ פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעטער־באַוועגונג, חסידים־שטיבלעך און בתּי־מדרשים און פֿיל צענדליקער חבֿרות. וואָרעם פּונקט ווי אַלע שטעט האָבן אויך ייִדן אין זאַמאָשטש געחלומט וועגן אַ בעסערער וועלט, וועגן גאולה. און די יוגנט האָט מקריבֿ געווען איר לעבן פֿאַר דער בעסערער וועלט, וואָס איז פֿאַר איר נישט געקומען.
זאַמאָשטש האָט פֿאַרמאָגט אַ גרויסע סאָציאַליסטישע באַוועגונג: די קאַמפֿן צווישן בונד, פּועלי־ציון און קאָמוניסטן זענען דאָ געווען אַזעלכע הייסע, אַזעלכע פֿאַרביסענע, פּונקט ווי אויף זיי וואָלט אויסגעפֿאַלן דער גורל צו בויען די „נײַע‟ וועלט, ווי זיי וואָלטן געווען דער יסוד פֿון סאָציאַליזם… און אפֿשר זײַנען זיי טאַקע געווען דער יסוד? אפֿשר זענען זיי גערעכט געווען? וואָרעם איך האָב איצט געזען דעם סאָציאַליזם אין זאַמאָשטש, די „נײַע וועלט‟, וואָס הענגט אין דער לופֿט, וואָס האַלט זיך אויף דעם שוואַכן לײַוונט פֿון רויטע פֿענער און פּאַפּירענע פּלאַקאַטן און אויף דעם סאָוועטישן שכן, וואָס געפֿינט זיך בײַ דער נישט ווײַטער גרענעץ. דער יסוד איז אין בעלזשעץ, אויף די פֿעלדער אַרום געוועזענעם פֿאַרניכטונגס־לאַגער, אָדער אויף די פֿעלדער אַרום איזשביץ.
דאָס שיינע זאַמאָשטש מאַכט איצט דעם אײַנדרוק פֿון אַ טעאַטער, וווּ מען האָט אויף דער סצענע אַרויסגעשטעלט די דעקאָראַציעס פֿון אַן אַלטערטימלעכער שטאָט, מיטן אַלטן מאַרק און מאָלערישע הײַזער, אָבער דאָס פּובליקום איז נישט געקומען און די אַקטיאָרן האָבן נישט פֿאַר וועמען זיך צו ווײַזן…
האַלב אויסגעליידיקט איז זאַמאָשטש. אין דער נײַער שטאָט, וואָס ייִדן האָבן אויסגעבויט פֿאַר דער מלחמה אַ קילאָמעטער ווײַטער פֿון צענטער, וווינען הײַנט צוויי ייִדישע משפּחות אָן קינדער; צוויי פּאָרפֿעלקער. דאָס איז אַלץ, וואָס איז געבליבן פֿון דער רײַכער ייִדישער קהילה.
ווען איך בין געשטאַנען לעבן דער שיל אויף דער פּרץ־גאַס (דער נאָמען איז פֿאַרבליבן אַפֿילו איבער די צײַטן פֿון דער דײַטשער אָקופּאַציע) איז צו מיר צוגעקומען אַ פּאָליאַק אין מיליטערישער קליידונג און געפֿרעגט בזה הלשון:
— וואָס זוכט איר דאָ, הער פּראָפֿעסאָר?
— איך קוק אויף אָט דעם בנין און איך ווייס נישט וואָס דאָס איז — ענטפֿער איך אים.
— דער הער פּראָפֿעסאָר פֿאַרנעמט זיך זיכער מיט פֿאָרשן אַלטע בנינים? — פֿרעגט ער נײַגעריק און איך באַשליס נישט אַרויספֿירן אים פֿון טעות.
— יאָ — זאָג איך — איך פֿאָרש אַלטערטימלעכקייטן און איך בין נײַגעריק צו וויסן וואָס פֿאַר אַ בנין דאָס איז?
— דאָס איז — זאָגט ער — די אַלטע שיל. דאָ האָבן די ייִדן געהאַט באַהאַלטן אַלע זייערע זילבערנע מכשירים און כּלים פֿון אַלע שילן אין זאַמאָשטש. קומט אַרײַן אָט דאָ — ווײַזט ער מיר אָן — וועט איר זען עפּעס.
און איך זע אַ טיפֿן גרוב מיט אַן אַרומבויוּנג פֿון אַ טונעל. אונטן איז דער טונעל אַ געראַמער און אין דער פֿינצטער זעט מען נישט זײַן סוף. מײַן אינפֿאָרמאַטאָר קלערט מיר אויף, אַז אָט דער טונעל איז געבויט פֿאַר די צײַטן ווען דאָ האָבן געקיניגט די זאַמאָיסקיס און ער ציט זיך אויף אַ מרחק פֿון אַ סך קילאָמעטער ביז דער שטאָט קראַסנאָסטאַוו. די ייִדן האָבן אויסגענוצט וואָס די שול איז געווען געבויט איבערן טונעל, האָבן זיי זיך דערגראָבן צו אים און דאָרט באַהאַלטן די ספֿר־תּורות און דאָס זילבערוואַרג פֿון די זאַמאָשטשער בתּי־כּנסת. די דײַטשן האָבן פֿון דער שיל געמאַכט אַ שפּײַכלער אויף תּבֿואה. אָבער דאָס פֿאָלק אין זאַמאָשטש האָט געוווּסט וועגן דעם, אַז דאָרט זענען באַהאַלטן אוצרות. ערשט ווען די דײַטשן זענען אַוועק פֿון שטאָט און די רוסישע אַרמיי האָט נאָך די שטאָט נישט געהאַט פֿאַרנומען, האָט זיך דאָס פֿאָלק אַ לאָז געטאָן צו דער שיל און מיט קילאָפֿן (שפּיצהעק בלע׳׳ז) און לאָפּאַטעס דערגראָבן זיך צו די קאַסטנס.
פֿון פֿריִען אָוונט ביז אויפֿצומאָרגנס באַגינען האָט מען געגראָבן. די לעגענדע וועגן די באַגראָבענע אוצרות, וואָס האָט יאָרן לאַנג נישט געלאָזט רוען די זאַמאָשטשער „אָביוואַטעלעס‟ (ביגרער, אײַנוווינער בלע׳׳ז), איז איצט געוואָרן אַן אמת און איבער די קאַסטנס איז אויסגעבראָכן אַ פֿאָרמעלע מלחמה: מיט די לאָפּאַטעס, מיט וועלכע מען האָט געגראָבן, האָט מען זיך געהאַקט איבער די קעפּ. די געשרייען פֿון די קעמפֿנדיקע פֿרויען האָבן געהילכט איבער דער שטאָט. ערשט ווען מען האָט געעפֿנט די קאַסטנס זענען די רויבער שיִער נישט דערשטיקט געוואָרן. איינער האָט זיך געוואָרפֿן אויפֿן צווייטן כּדי אַרײַנצוקומען מיט די הענט אין די קאַסטנס און יעדער האָט געכאַפּט וואָס עס האָט זיך געלאָזט, וואָס עס איז געקומען אונטער דער האַנט. דער גוי, וואָס דערציילט מיר וועגן דעם אין אַן אומגעלומפּערט כאַאָטישן לשון, באַצייכנט אַלע זאַכן, וואָס זענען געווען אין דער הייל, מיט איין וואָרט: “ציצעלע”. אָבער פֿון זײַנע אויפֿקלערונגען האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ זענען געווען באַהאַלטן די זאַמאָשטשער ספֿר־תּורות, די תּורה־קרוינען, לײַכטער, חנוכּה־לאָמפּן, הענגלײַכטער און אַנדערע כּלי־קודש. ער קען — זאָגט ער מיר — די אַלע זאַכן, ווײַל ער איז געבוירן געוואָרן אין איין טאָג מיטן זאַמאָשטשער רבֿס זון און אין דער קיך פֿון רבֿ איז ער געווען אַ שטענדיקער אײַנגייער…
ווען די רויטע אַרמיי איז אַרײַנגעקומען, האָט זי זיך דערוווּסט וועגן דעם גרויסן רויב־קאַמף. האָבן רוסישע זעלנער אָנגעהויבן גראָבן טיפֿער אין טונעל. זיי האָבן מיט האַמערס אויסגעקלאַפּט די מויערן, צי עס זענען נישט פֿאַראַן אין דער שיל דאָפּלטע ווענט — אָבער גאָרנישט איז מער געבליבן. אַלץ איז שוין געווען אויסגערויבט.
און נאָך עפּעס, זאָגט מיר מײַן אינפֿאָרמאַטאָר: דאָס פֿאַרבליבענע פֿאַרמעגן אין די שילן פֿון זאַמאָשטש האָט מען אויסגערויבט אין דעם טאָג ווען מען האָט די ייִדן אַרײַנגעטריבן אין געטאָ — אין דער נײַער שטאָט אויסער די פֿעסטונג־ווענט, דאָרט וווּ ייִדן האָבן פֿאַר דער מלחמה אַ גאַנץ שטאָט־פֿערטל אויסגעבויט. מען האָט די שילן אַזוי באַרויבט, אַז קיין נאָגל אין דער וואַנט איז נישט געבליבן.
אין דער אַלטער שיל ליגט נאָך דער סקעלעט פֿון אַ ריזיקן מעטאַל־זשיראַנדאָל (הענגלײַכטער בלע׳׳ז), וואָס די רויבער האָבן נישט געקאָנט אַרויסטראָגן. אויפֿן בוידעם פֿון דער שיל ליגן בערג מיט ספֿרים, וואָס די רויבער האָבן אַראָפּגעריסן פֿון זיי די לעדערנע אײַנבונדן. דעם אינהאַלט פֿון די ספֿרים דאַרפֿן זיי נישט, פֿון דעם קען מען אין אַזעלכע פֿינצטערע צײַטן קיין געלט נישט מאַכן. נישט מער, ווען די באַלעבאָסטעס פֿון די אַרומיקע הײַזער דאַרפֿן אַביסל פּאַפּיר צו באַקוועמלעכקייט־צוועקן, שיקן זיי אַרויף אַ קינד אויפֿן בוידעם נאָך אַ ספֿר…
— קום נאָר אַהער — רופֿט מײַן אינפֿאָרמאַטאָר אַ קליין ייִנגעלע — דער הער פּראָפֿעסאָר וועט דיר געבן צען גילדן און דו ברענג ־אַראָפּ פֿון בוידעם אַ בוך.
דאָס ייִנגעלע איז געלאָפֿן פֿרעגן זײַן מאַמען, צי זאָל ער גיין אויפֿן בוידעם. מיט אַ מינוט שפּעטער עפֿנט זיך אַ שכנותדיקע טיר, אַ פֿרוי שטעקט אַרויס דעם קאָפּ און באַטראַכט מיך פֿון אויבן ביז אַראָפּ. נאָכדעם קומט אַרויס דאָס ייִנגעלע און קלאָגט זיך, אַז דאָס מאָל לאָזט אים נישט די מוטער קריכן אויפֿן בוידעם פֿון דער שיל.
איצט וועט שוין קיינער נישט פֿרעגן: הלמאי זענען די זאַמאָשטשער ייִדן געבליבן אַליין בעת זייער גרויסן אומגליק? הלמאי האָט זיך אין זאַמאָשטש נישט געפֿונען קיינער וואָס זאָל אויסשטרעקן אַ האַנט צו אַ ייִד און אים שענקען אַ טרייסט־וואָרט? די צוויי ייִדישע פּאָרפֿעלקער וואָס וווינען איצט אין זאַמאָשטש, געפֿינען זיך נישט אין דער אייגנטלעכער שטאָט, נאָר אין דעם נײַעם שטאָט־פֿערטל אויסער די ציטאַדעל־מויערן.
זאַמאָשטש איז פֿולקאָם ייִדן־ריין. אָבער אַ סימן, אַז דאָ האָט זיך אָפּגעשפּילט אַ קאָכעדיק ייִדיש לעבן וועט איר דאָך געפֿינען אויף די אויסערלעכע ווענט פֿון דער שיל. איר וועט געפֿינען אַ גרויסן אויפֿגעמאָלענעם אויפֿרוף מיט ייִדישע אותיות:
”האַנטווערקער, סוחרים און בעלי־מלאכות! שטימט פֿאַר דער ליסטע נומער 8!“ —
דאָס איז געווען דער לעצטער אויפֿרוף און די לעצטע וואַלן פֿון אַ דורות־לאַנג ייִדיש לעבן.
דאָס ייִדישע לעבן איז אַוועק פֿון זאַמאָשטש אויף אייביק. אין דער פֿאַרניכטונג פֿון דער זאַמאָשטשער קהילה האָבן אָנטיילגענומען דרײַ פֿעלקער: די דײַטשן האָבן אָרגאַניזירט דעם מאָרד, אוקראַיִנער האָבן געמאָרדעט און פּאָליאַקן האָבן גערויבט. זאָל די געשיכטע אויסרעכענען די פּראָצענטער אין וויפֿל יעדעס פֿאָלק האָט זיך באַטייליקט.
די זאַמאָשטשער ייִדן האָט מען אָנגעהויבן אויסשעכטן דעם עלפֿטן אַפּריל 1942, ווען דער ”עס־עס־מערדער“ קאַלב האָט געפֿאָדערט בײַ גאַרפֿינקלען, דעם פּרעזעס פֿון יודנראַט, ער זאָל אים געבן דרײַ טויזנט ייִדן. ער האָט געגעבן. פֿון דעמאָלט אָן זענען פֿאָרגעקומען יעדן חודש ”אויסזידלונגען“ און דעם 16טן אָקטאָבער 1942 האָט די זאַמאָשטשער קהילה אויפֿגעהערט עקזיסטירן. אָבער אין 1947 איז נאָך די ייִדישע טראַגעדיע אין זאַמאָשטש נישט געווען פֿאַרענדיקט.
אין יאָר 1947 האָב איך אויף אַ זאַמאָשטשער גאַס איבערגעלייענט די מצבֿות, וואָס דינען אָנשטאָט טראָטואַרן: זאַמאָשטשער בירגער טרעטן איבער די מצבֿות פֿון שׂרה טאָרבינער, זיסערמאַן, לאַקסענבערג און צענדליקער אַנדערע ייִדן, וואָס זייערע נעמען איז שוין איצט שווער צו לייענען. די מצבֿות געפֿינען זיך אויף דעם טראָטואַר, וווּ עס שטייט דאָס הויז פֿון דעם דערמאָנטן יודנראַטלער גאַרפֿינקעל. מיט מצבֿות איז אויך אויסגעפֿלאַסטערט די גאַס בײַם בנין פֿון קרײַז־געריכט, דאָרט וווּ עס ווערט איצט געמאָסטן די מאָס פֿון גערעכטיקייט. דער שאָסיי אויף ”פּאַניענסקע“־גאַס איז אויף צוויי קילאָמעטער אויסברוקירט מיט ייִדישע מצבֿות.
און זאַמאָשטש איז נישט קיין שטאָט פֿון פֿאַרנאַכלעסיקונג. אָ, ניין. זאַמאָשטש איז אַ שטאָט פֿון קולטור און פּוילישער אינטעליגענץ! זאַמאָשטש האָט אַן אייגענעם מוזיי, אַ קעניגלעכע ביבליאָטעק און אַ קאָנסערוואַטאָרישע קאָמיסיע, וואָס היט אָפּ, אַז אויף די זאַמאָשטשער אַלטערטימלעכע הײַזער זאָל קיין שטויב נישט פֿאַלן. ווען די רעוואָלוציע האָט געזיגט אין זאַמאָשטש, האָט די שטול פֿונעם זאַמאָשטשער בירגערמײַסטער פֿאַרנומען אַ קאָמוניסט. ער האָט געדאַרפֿט זײַן דער ערשטער שטאָט־פֿאָטער אין זאַמאָיסקיס רעזידענץ, וואָס זאָל אַוועקפֿירן די וועלט אויף נײַע דרכים. האָט דער רעוואָלוציאָנער באַטראַכט פֿאַר זײַן ערשטער אויפֿגאַבע צו באַזאָרגן די זאַמאָשטשער קינדער מיט אַ גאָרטן און אויף דעם צוועק באַשטימט, אַז דער ערשטער רעוואָלוציאָנערער קינדערגאָרטן זאָל געשאַפֿן ווערן אויף דער ערד פֿונעם אַלטן ייִדישן בית־עולם; דאָרט, וווּ עס געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון די ערשטע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין זאַמאָשטש און דורות שפּעטערדיקע ייִדן. אָבער דער נײַער וועלט־סדר האָט ליב גרינטלעכקייט, און דער בירגערמײַסטער האָט פֿאַראָרדנט אויסצוגראָבן אַלע קבֿרים און אַרויסנעמען די ביינער. און אַזוי איז געשען.
אויפֿן אַלטן ייִדישן בית־עולם האָט מען צונויפֿגעזאַמלט די ביינער פֿון פֿיל הונדערטער קבֿרים און זיי עפֿנטלעך פֿאַרברענט. די ייִדישע זיידעס האָבן נישט אויסגעמיטן דעם גורל פֿון זייערע אייניקלעך און אור־אייניקלעך, וועלכע זענען פֿאַרברענט געוואָרן אין בעלזשעץ און אין מײַדאַנעק — אויך זייערע ביינער האָט מען געברענט אויף אַ שײַטערהויפֿן.
די צענטראַלע פּוילישע מאַכט, וואָס האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם מערדערישן ספּעקטאַקל אין זאַמאָשטש האָט דעם רעוואָלוציאָנערן קינדער־פֿרײַנד באַזײַטיקט פֿון זײַן אַמט. אָבער דעם פֿאַקט גופֿא האָט מען נישט געקענט באַזײַטיקן: די זאַמאָשטשער באַפֿעלקרונג האָט געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צוצוקוקן ווי מען ברענט עפֿנטלעך ייִדישע בײנער אין דער תּקופֿה פֿון דער רעוואָלוציע…
און דאָך האָט געזיגט דער פּראָגרעס: דער קינדער־גאָרטן אויפֿן אַלטן בית־עולם איז פֿאַרפֿלאַנצט געוואָרן. נישט בעסער איז אויסגעפֿאַלן דער גורל פֿונעם נײַעם בית־עולם. די מערהייט קבֿרים איז צעראָיעט (דורכגענישטערט געוואָרן בלע׳׳ז) און מען ווייסט נישט מער, צי דאָס זענען קבֿרים אָדער סתּם לעכער אין דער ערד. מער ווי אַ פֿערטל פֿונעם בית־עולם־שטח האָט מען פֿאַראַקערט און פֿאַרזעצט מיט קאַרטאָפֿל. גראָד ווען איך בין געווען האָבן פּויערטעס אָנגעהויבן אויסקאָפּען די ערשטע קאַרטאָפֿל פֿון די קבֿרים פֿון דער ייִדישער קהילה אין זאַמאָשטש.
אויך מיט די פֿאַרבליבענע שילן האָבן די שטאָט־באַלעבאַטים באַשלאָסן צו פֿאַרוואַנדלען אין זין פֿון ”פּראָגרעסיווער קולטור“: די אַלטע שיל ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ שטאָטישן מוזיי. פֿאַרשטייט זיך: פֿאַר ייִדישע מערקווירדיקייטן וועט אין דעם מוזיי קיין אָרט נישט זײַן. ייִדישע קונסט, ייִדישע הייליקייטן און ייִדישע ספֿרים האָבן געפֿונען אַנדערע פּלעצער — פּלעצער פֿון הפֿקר און שאַנד. אין דער נײַער שיל איז אײַנגעאָרדנט געוואָרן אַ פֿאָלקס־הויז, וווּ די זאַמאָשטשער בירגער זאָלן באַקומען אַ רעוואָלוציאָנערע דערציִונג.
די פּרץ־ביבליאָטעק דינט איצט אויף ביוראָען און דאָס בית־מדרש, וווּ פּרץ האָט געלערנט — איז אַ פּשוטע וווין־דירה פֿאַר אַ פּויער, וואָס האָט באַשלאָסן צו ווערן אַ קולטורעלער שטאָט־מענטש.
דאָס איז דער סך־הכּל פֿון דער דורות־אַלטער קהילה — זאַמאָשטש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor