ייִדיש־סעמינאַר אין שטאָקהאָלם — צום טייל פּנים־אל־פּנים, צום טייל אָנלײַןYiddish seminar in Stockholm will be partly in person, partly online
באַקענט זיך מיט ייִדישיסטן ווי ניקאָלײַ אָלניאַנסקי, וואָס האָט אַרויסגעגעבן די ייִדישע איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער”.
דעם 15טן ביזן 17טן אויגוסט וועט פֿאָרקומען דער הײַיאָריקער שוועדישער ייִדיש־סעמינאַר, צום טייל – פּנים־אל־פּנים אין סטאָקהאָלם, און צום טייל אָנלײַן.
אין דער אונטערנעמונג וועלן זיך באַטייליקן אַ ריי באַקאַנטע ייִדישע קינסטלער און פֿאָרשער פֿון אַרום דער וועלט. כאָטש אין טיטל שטייט טאַקע „סעמינאַר‟, איז דאָס באמת אַ גאַנצער ייִדיש־פֿעסטיוואַל, מיט קאָנצערטן, פֿילמווײַזונגען, טעאַטער, ייִדיש־קלאַסן, פּראָגראַמען פֿאַר קינדער, לעקציעס און פּאַנעל־דיסקוסיעס. די גאַנצע פּראָגראַם קען מען זען דאָ.
דער מוזיקאַלישער הויכפּונקט וועט זײַן אַ קאָנצערט אין סטאָקהאָלם מיט דניאל קאַהן, יעוואַ לאַפּסקער און אַ צאָל שוועדישע קלעזמאָרים. קאַהן און לאַפּסקער וועלן אויך אָנפֿירן מיט אַ טעאַטער־וואַרשטאַט, און שיין בייקער וועט רעדן (אויף ייִדיש און ענגליש) וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. ד”ר מרים טרין און איר טאָכטער, עטעלע ניבאָרסקי, וועלן לערנען ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהייבערס און פֿאַר מיטנדיקע. ד”ר וויווי לאַקס וועט רעדן וועגן איר קומעדיק בוך, „לאָנדאָנער ייִדיש־שטאָט‟ (London Yiddishtown), וואָס באַהאַנדלט דרײַ ווייניק באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געוווינט אין לאָנדאָן.
פֿאַר ייִדישיסטן פֿון דער ברייטער וועלט וועט דער פֿעסטיוואַל זײַן אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט דער חבֿרה שוועדישע ייִדישיסטן: דער פֿאַרלעגער ניקאָלײַ אָלניאַנסקי, וואָס האָט אַרויסגעגעבן די ייִדישע איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער‟ און נאָך אַ סך ייִדישע ביכער; דער אַקטיוויסט טאָמאַס וווּדסקי, וואָס וועט אָנפֿירן מיט אַ צאָל פּראָגראַמען פֿאַר קינדער; ד”ר יאַן שוואַרץ, וואָס וועט רעפֿערירן וועגן די דעמאָנישע ווערק פֿון יצחק באַשעוויס; און ד”ר האָקאַן בלאָמקוויסט, וואָס וועט דערציילן וועגן דעם ייִדישן אַרבעטער־בונד אין שוועדן. אַ סך לעקציעס וועט מען האַלטן צוויי מאָל — איין מאָל אויף שוועדיש און איין מאָל אויף ענגליש, אָדער איין מאָל אויף ייִדיש און איין מאָל אויף ענגליש.
כּדי זיך צו רעגירסטירן, דאַרף מען שיקן אַ בליצבריוו אויפֿן אַדרעס [email protected] . דער פּרײַז איז 350 שוועדישע קראָנעס, וואָס דאָס איז אַן ערך 40$. באַטייליקטע ייִנגער ווי 25 יאָר דאַרפֿן גאָרנישט באַצאָלן. מע בעט, אַז מע זאָל אָנגעבן אינעם בליצבריוו, צי מע האָט אויך בדעה צו קומען קיין סטאָקהאָלם און בײַצוזײַן אויף די פּנים־אל־פּנימדיקע אונטערנעמונגען.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor