Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿונעם אַרכיוו: יצחק באַשעוויסעס ניו־ענגלענדער רײַזע־נאָטיצןFrom the archives: I. B. Singer’s road trip through New England

דער באַרימטער שרײַבער האָט בכלל נישט פֿאַרשטאַנען די אַמעריקאַנער נטיה צו פֿאָרן מיט אַן אויטאָ אָן אַן עק און אָן אַ ציל.

(לכּבֿוד יצחק באַשעוויסעס 30סטן יאָרצײַט)

אַז מע לייענט דעם עסיי, וואָס יצחק באַשעוויס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם פֿאָרווערטס דעם 27סטן אויגוסט, 1949, דאַכט זיך דעם לייענער אַז דאָס קעפּל, „אַ רײַזע איבער ניו־ענגלאַנד אין אַן אויטאָמאָביל‟, איז נישט צוגעפּאַסט צום אַרטיקל ווײַל אין דער אמתן גיט באַשעוויס נישט קיין פּרטים וועגן ניו־ענגלאַנד. ער דערציילט בכלל ווייניק וועגן די אָרטיקע מענטשן און זייער לעבנס־שטייגער און דערמאָנט אַפֿילו ניט די נעמען פֿון די שטעט און שטעטלעך, וואָס ער האָט באַזוכט, ווי עס פֿירט זיך בײַ געוויינטלעכע רײַזע־נאָטיצן. _ אַנשטאָט דעם באַשרײַבט באַשעוויס אין זײַן עסיי די געשיכטע פֿון פֿאָרן און וואַנדערן בכלל, און דעם דעמאָלט נײַעם פֿענאָמען פֿון אויטאָמאָביל־רײַזעס בפֿרט.

ווי אַ פּוילישער ייִד וואָס איז אויפֿגעוואַקסן האַרט איידער דער אויטאָמאָביל איז געוואָרן אַ פֿאַרשפּרייטער טראַנספּאָרט־מיטל, האָט באַשעוויס געקוקט מיט חשד אויף דער אַמעריקאַנער אויטאָ־קולטור. ער האָט בכלל ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס אַזוי פֿיל אַמעריקאַנער האָבן ליב צו פֿירן אַן אויטאָ אַזוי גיך, אַז זיי קענען אַפֿילו ניט ווי געהעריק אָנקוקן די נאַטור וואָס אַנטפּלעקט זיך פֿאַר זייערע אויגן. צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ פֿון זײַנע לייענער זענען, ווי ער, געווען ייִדישע אימיגראַנטן וואָס האָבן דעמאָלט געוווינט אין די גרויסע שטעט, איז זײַן פֿאַראיבל אויף אויטאָס מסתּמא ניט געווען קיין זעלטנקייט בײַ די פֿאָרווערטס־לייענער.

כאָטש באַשעוויסעס עסיי איז אין געוויסע פּרטים מער ניט אַקטועל (פֿון זײַנע נבֿואות וועגן רײַזעס קיין אַנדערע פּלאַנעטן האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם), זענען זײַנע עיקר־געדאַנקען וועגן דער אַמעריקאַנער אויטאָ־קולטור און דער מענטשלעכער נטיה צום וואַנדערן הײַנט פּונקט אַזוי אַקטועל, ווי ווען ער האָט זיי פֿאָרמולירט מיט 72 יאָר צוריק.

(ד. ק.)

„אַ רײַזע איבער ניו־ענגלאַנד אין אַן אויטאָמאָביל‟

דער שרײַבער פֿון די שורות האָט געהאַט אַ געלעגנהייט צו מאַכן אַ רײַזע מיט אַן אויטאָמאָביל איבער ניו־ענגלאַנד.

דערציילן אײַך, אַז די נאַטור זומערצײַט איז שיין און אַז די פֿייגלעך זינגען, איז איבעריק. איר ווייסט דאָס אַליין. מיר וועלן אײַך איבערגעבן אַ שטיקל פֿילאָסאָפֿיע צו וועלכער מיר זײַנען געקומען אויפֿן וועג. מיר זענען נעמלעך געקומען צום באַשלוס, אַז דער ציוויליזירטער מענטש איז נאָך פֿילע טויזנטער יאָר זיצן אויף אַ פּלאַץ ווידער געוואָרן אַ נאָמאַד, אַ וואַנדערער.

וואַנדערן איז אַן אוראַלטער מענטשלעכער אינסטיקט. אונדזערע אייגענע אָבֿות, אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, זײַנען געווען נאָמאַדן. זיי האָבן געטריבן זייערע סטאַדעס פֿון אָרט צו אָרט, און וווּ זיי זײַנען געקומען האָבן זיי „גענויגט זייערע געצעלטן“. צווישן די אַראַבער זײַנען ביז הײַנט פֿאַראַן שבֿטים, וואָס וואַנדערן אַרום: דאָס זײַנען די בעדויִנער. כּמעט יעדער מענטש וועט אײַך זאָגן, אַז ער איז באַזעסן פֿון אַ תּאווה צו פֿאָרן.

עס איז נישט געווען לײַכט צו פֿאַרוואַנדלען דעם אַמאָליקן וואַנדערנדיקן מענטש אין אַן אײַנגעזעסענעם. געצוווּנגען האָט אים דער הונגער. מענטשן האָבן זיך אויסגעלערנט באַאַרבעטן די ערד, און אַ פּויער קאָן זיך נישט פֿאַרדינען דעם לוקסוס צו וואַנדערן. אַ פּויער מוז היטן זײַן פֿעלד, זײַן שײַער, זײַן שטאַל. מיט דער צײַט זײַנען די פּויערים געוואָרן לײַבאייגענע, שקלאַפֿן בײַ די פּריצים, און זיי האָבן נישט געהאַט קיין רעכט אַוועקצופֿאָרן פֿון זייער דערפֿל. וואַנדערן איז געוואָרן אַ לוקסוס. אַפֿילו די גרויסע און מעכטיקע האָבן זעלטן געקאָנט ווײַט אַוועקוואַנדערן, ווײַל די וועגן זײַנען אַלע מאָל געווען פֿול מיט גזלנים און סכּנות. די ימען האָבן געשוויבלט און געגריבלט מיט ים־רויבער. די ציוויליזאַציע האָט צוגענאָגלט דעם מענטש צו איין אָרט.

באַשעוויסעס אַרטיקל אינעם פֿאָרווערטס, פֿונעם 27סטן אויגוסט 1949. בײַ ס׳רובֿ פֿון זײַנע עסייען האָט באַשעוויס געניצט, ווי דאָ, דעם פּסעוודאָנים, יצחק וואַרשאַווסקי.

טיילווײַז איז דאָס אַזוי ביז הײַנט צו טאָג אויף דער וועלט. דער סאָוועטישער בירגער האָט ניט קיין רעכט אַרויסצופֿאָרן פֿון רוסלאַנד. אַפֿילו ווען ער וויל פֿאָרן פֿון איין געגנט אין דער אַנדערער, מוז ער האָבן אַ דערלויבעניש. די מערסטע בירגער פֿון מערבֿ־אייראָפּע זײַנען צו אָרעם צו מאַכן ווײַטע נסיעות. דערצו קאָן מען נישט פֿאָרן, ווײַל אייראָפּע איז פֿול מיט גרענעצן און מען דאַרף האָבן פּעסער און וויזעס. דער גרעסטער פּראָצענט מענטשן אויף דער וועלט איז נאָך אַלץ אַ שקלאַף פֿון זײַן שטיקל ערד, זײַן ווינקל.

אָבער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן הייבט זיך אָן אַ נײַע באַוועגונג, וואָס וועט אפֿשר מיט דער צײַט ענדערן דעם גאַנצן לעבנס־שטייגער אויף דער וועלט: דער אַמעריקאַנער הייבט אָן פֿאַראייניקן די גוטע מעלות פֿון אײַנגעזעסנקייט מיט די פֿאַרגעניגנס פֿון וואַנדערן. עס אַנטשטייט דאָ אַ נײַער סאָרט מענטש: אַן אײַנגעזעסענער נאָמאַד.

מעגלעך געמאַכט האָט אָט דעם נײַעם צושטאַנד דער אויטאָמאָביל און דער עראָפּלאַן.

איר קענט האָבן אײַער אייגנס: אַ פֿאַרם, אָדער אַ געשעפֿט — ווי באַלד איר האָט אַן אויטאָמאָביל זענט איר אין אַ געוויסן זין אַ פֿרײַער פֿויגל. אַזוי גרויס, ווײַזט אויס, איז די צאָל מענטשן אין אַמעריקע, וואָס פֿאָרן אַרום, אַז זיי האָבן געענדערט דאָס אויסזען פֿון דער מדינה. ”קאַבינס“ — שטיבלעך אויף איבערצונעכטקן אַ נאַכט — וואַקסן ממש ווי שוואָמען נאָך אַ רעגן. דאָס לאַנד איז פֿול מיט זיי. אַם־ווייניקסטן איז דאָס אמת געווען אין די שטאַטן פֿון ניו־ענגלאַנד. מענטשן נוצן אויס יעדן פֿרײַען טאָג אויף אַרומצופֿאָרן, און מען דאַרף האָבן אַ פּלאַץ, וווּ אָפּצושטעלן די קאַר און צו נעכטיקן אַ נאַכט. אַנשטאָט דעם אַמאָליקן געצעלט און דער שטאַל פֿאַר דעם אייזל, האָבן מיר איצט אַ קאַבין, וואָס איז אויך אַ מין געצעלט, און — אַ גאַראַזש, אָדער אַ גאַז־סטאַנציע. אַנשטאָט קאַראַוואַנען מיט קעמלען, האָבן מיר לאַנגע קייטן מיט אויטאָמאָבילן.

איר קוקט אויף די אומצאָליקע אויטאָמאָבילן, וואָס פֿאָרן אײַך פֿאַרבײַ, און איר ווייסט, אַז די מערסטע טרײַבער האָבן נישט קיין שום פּראַקטישן צוועק. מען פֿאָרט גלאַט אַזוי. מען טרײַבט נאָר דערפֿאַר ווײַל עס דוכט זיך, אַז ווײַטער, אויף יענעם עק האָריזאָנט, איז דאָס גראָז גרינער און דער הימל — בלויער. מען טרײַבט דערפֿאַר, ווײַל עס איז נאָך געבליבן אין אונדז דער אַלטער אינסטיקט זיך צו באַוועגן.

איר שטעלט זיך אָפּ פֿאַר אַ פּלאַץ פֿון קאַבינס און איר זעט אויטאָמאָבילן פֿון טעקסאַס, קאַליפֿאָרניע, לויִזיאַנע, אָרעגאָן. מענטשן זײַנען געקומען אַהער פֿון טויזנטער מײַל ווײַט. זיי קומען, נעכטיקן איבער און לויפֿן ווײַטער.

אַמעריקע איז איצט פֿול מיט אָט דעם סאָרט ”בעדויִנער“. אָפֿט זעט איר ווי פֿון אַ קאַר זעצט זיך אַרויס אַ פּאָרל מיט קליינע קינדער. מע פֿאָרט צוזאַמען מיטן קליינוואַרג. מען נעמט מיט אַ הונט, אָדער אַ קאַץ.

די מענטשן וואָס קומען אין די קאַבינס זײַנען ווײַט נישט אַזוי רויִק און פֿאָטערלעך ווי די בעדויִנער. מען גיט זיך נישט אָפּ קיין שלום־עליכם. מען איז נישט מכבד איינער דעם אַנדערן מיט געטריקנטע פֿײַגן, אָדער טייטלען. מען באַקט נישט קיין מצות קעגן אַ פֿײַער. אויב עס קומט צו רייד צווישן אָט די מענטשן, איז דאָס וועגן איין זאַך: וואַנדערן. וווּהין פֿירט דער וועג נומער 1? וווּהין פֿירט דער נומער 82? ווי אַזוי קען מען אויסמײַדן דעם טראַפֿיק ווען מען פֿאָרט פֿאַרבײַ אַ גרויסער שטאָט? ווי די אַמאָליקע וואַנדערער האָבן גערעדט וועגן זייערע אייזלען און קעמלען, אַזוי רעדט מען הײַנט וועגן דער קאַר, דעם מאָדערנעם קעמל.

עס איז אויפֿגעקומען אַ נײַער סאָרט נאָמאַד, אַ וואַנדערער, וואָס נישט ער גייט, נאָר ער לויפֿט פֿײַל אויסן בויגן.

די מערסטע אויטאָמאָביל־טרײַבער אויף די וועגן זײַנען באַהערשט פֿון איין יצר־הרע: אַריבעריאָגן די אַנדערע. די וועגן זײַנען פֿאַרהעלטניסמעסיק שמאָל, די געפֿאַר איז גרויס. אָבער מען איז זיך ממש מוסר־נפֿש אַריבערצויאָגן דעם אַנדערן אויף עטלעכע מײַל. אָפֿט הענגט אָפּ דאָס אייגענע לעבן און דאָס לעבן פֿון דער פֿאַמיליע אין אַ האַלבער סעקונדע. אָבער עס זײַנען דאָ גענוג אַזעלכע מענטשן, וואָס זײַנען גרייט אַלץ מקריבֿ צו זײַן פֿאַר דעם דאָזיקן יאָגעניש.

איר טרעפֿט אויך אויפֿן וועג אַ סאָרט מענטשן, וואָס עס דוכט זיך, אַז זיי האָבן איין אונטערבאַוווּסטזיניקן פֿאַרלאַנג: אַליין געהרגעט ווערן און יענעם דערהרגענען. זיי פֿליִען ווי די רוחות. זיי רעכענען זיך נישט מיט קיין שום געזעצן פֿון טראַפֿיק און געזעצן פֿון דער נאַטור. איר קענט זײַן דער רויִקסטער טרײַבער. פּלוצלינג דערזעט איר ווי אַ לאַסטאויטאָ לויפֿט גלײַך אַקעגן אײַך. איר זעט אויפֿן וועג אַזוי פֿיל אַזעלכע הפֿקר־מענטשן, אַז עס ווערט אײַך קלאָר ווער עס מאַכט די מלחמות און די בהלות. עס איז דאָ אַ טיפּ מענטש, וואָס געפֿאַר איז זײַן טעגלעך ברויט. נישט זײַן לעבן און געזונט האָבן אים אַ ווערט, און נישט יענעמס. עס איז טרויעריק צו זאָגן, אַז מען טרעפֿט אַ היפּשן פּראָצענט פֿון אָט די טרײַבער אויך צווישן פֿרויען. די פֿרוי, די מאַמע, שטעלט אײַן איר לעבן און דאָס לעבן פֿון איר קינד איבערצויאָגן אַ קאַר, וואָס לויפֿט אַ ביסל לאַנגזאַמער. מען בלאָזט דעם האָרן און מע פֿאַרהילכט גאָטס שטילע נאַטור מיט קולות פֿון פּוסטער אַמביציע.

דער אַמאָליקער וואַנדערער האָט געהאַט צײַט צו באַטראַכטן די נאַטור. אָבער דער מאָדערנער וואַנדערער מוז קוקן בלויז אויף אַ שמאָל שנירל אַספֿאַלט. איין זײַטיקער קוק, און ער איז קאַפּוט. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל ער קען קיין מאָל נישט אָנזעטיקן זײַן בליק מיט דער שיינקייט פֿון דער נאַטור, לויפֿט ער אַזוי. ערגעץ וווּ האָט ער, אַ פּנים, די אילוזיע, אַז באַלד וועט זיך אַנטפּלעקן פֿאַר אים יענע שיינקייט, יענע רחבֿות און יענע מנוחה, נאָך וועלכער ער יאָגט זיך כּסדר און קען זי נישט דערגרייכן.

מיר לייענען לעצטנס אָפֿט וועגן צוזאַמענשטויסן פֿון עראָפּלאַנען. אַפֿילו די ברייטקייט פֿון רוים איז צו ווייניק פֿאַר די מאָדערנע וואַנדערער. אין הימל מוז מען זיך אויך צוזאַמענשטויסן. דאָרטן מאַכט מען שוין אויך אַ קינסטלעך געדראַנג.

טייל מאָל דוכט זיך אויס, אַז דער אינסטיקט צו וואַנדערן, די וואַנדערלוסט, ווערט פֿאַרוואַנדלט אין דער איצטיקער עפּאָכע אין אַ סאָרט משוגעת. פֿליִער קלאָגן זיך, אַז די ערד איז צו קליין. עס איז פּשוט נישטאָ וווּהין צו פֿליִען. מע קומט ווידער קיין אינדיע און ווידער קיין אויסטראַליע און ווידער קיין אַפֿריקע, און דאַן מוז מען אַלץ איבערחזרן. בסך־הכּל האָט דער פֿליִער אין אַן עראָפּלאַן ווייניקער געלעגנהייט צו באַוווּנדערן די נאַטור ווי דער אויטאָמאָביל־טרײַבער. אין די מערסטע פֿאַלן זעען די פֿליִער גאָרנישט אַחוץ לופֿט און וואָלקנס. אַפֿילו ווען מען קען שוין יאָ עפּעס זען אונטן, זײַנען די אויגן צו פֿיל פֿאַרנומען בײַם קוקן אויף די אומצאָליקע מעטערס און זייגערס.

וווּהין וועט די וואַנדערלוסט דערפֿירן דעם מאָדערנעם מענטש?

פֿון איין זײַט רעדט מען זייער אָפֿט וועגן נסיעות צו די פּלאַנעטן. פֿריִער אָדער שפּעטער וועט אפֿשר דעם מענשט געלינגען צו פֿליִען צו אַנדערע וועלטן. אַ מאָל זאָגן וויסנשאַפֿטס־לײַט פֿאָרויס, אַז קיין גאָר גרויסן פֿאַרגעניגן וועט מען פֿון יענע רײַזעס נישט האָבן. מען וועט מוזן מיטנעמען לופֿט פֿון דער ערד. דער פֿליִער וועט זײַן הערמעטיש פֿאַרשלאָסן אין זײַן עראָפּלאַן. אַ נסיעה מיט אַ ראַקעט צום מאַרס וועט פֿילײַכט מיט דער צײַט ווערן אַזוי לאַנגווײַליק ווי אַ נסיעה מיט אַן עראָפּלאַן אַרום דער ערד.

עס איז פֿאַראַן בײַ טייל מענטשן אַן אַנדער סאָרט וואַנדערלוסט: אַ חשק צוריקצוקערן זיך צו די גאָר אַלטע קאָמוניקאַציע־מיטלען: צום פֿערד־און־וואָגן, צו דער קאַרעטע. אין בערמודע, צום בײַשפּיל, דערלויבט מען נישט קיין אויטאָמאָבילן. דאָרטן קען מען פֿאָרן בלויז אויף דעם אַלטן שטייגער. עס קען זײַן, אַז מיט דער צײַט וועט דער מענטש קומען צום אַלטן אמת: אַז וואַנדערן ברענגט בלויז דעמאָלט פֿאַרגעניגן, ווען מע באַוועגט זיך פּאַמעלעך און מען האָט צײַט צו באַטראַכטן אַ בוים, אַ בלום, אַ שטיקל פֿעלד, אַ באַשעפֿעניש. דער אויטאָמאָביל און דער עראָפּלאַן וועלן אפֿשר מיט דער צײַט ווערן בלויז מיטלען אַריבערצופֿירן סחורות, צו פֿאָרן פֿאַר ביזנעס. מען וועט אפֿשר אײַנזען, אַז דעם אמתן טעם פֿון וואַנדערן האָט מען בלויז דעמאָלט, ווען מען פֿאָרט אין אַ וואָגן אָדער גאָר ווען מען גייט צו פֿוס. די באָי־סקאַוטס (ייִנגל־סקויטן) ווייסן שוין לאַנג פֿון דעם דאָזיקן סוד.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version