Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווענוס, דער אומפֿרײַנדלעכער פּלאַנעט פֿון ליבעVenus, unfriendly planet of love

וויסנשאַפֿטלער זאָגן, אַז אויפֿן פּלאַנעט, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט אינטימע באַציִונגען, הערשט אַפֿילו בײַנאַכט אַ געפֿערלעך שלעכטער וועטער.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אַ גרופּע פֿאָרשער פֿונעם טאָקיאָ־אוניווערסיטעט געמאָלדן, אַז זיי האָבן צום ערשטן מאָל באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם בײַנאַכטיקן וועטער אויפֿן פּלאַנעט ווענוס.

דער יאַפּאַנישער סאַטעליט „אַקאַצוקי‟ געפֿינט זיך שוין 11 יאָר אויף דער אָרביט פֿון ווענוס. די אַטמאָספֿער פֿונעם פּלאַנעט איז זייער אַ שטורעמדיקע, און אין דער בײַנאַכטיקער פֿינצטערניש איז שווער זי צו אַנאַליזירן. איינער פֿון די פֿאָרשער, פּראָפֿ’ טאַקעשי אימאַמוראַ, האָט דערקלערט, אַז איצט האָבן די וויסנשאַפֿטלער זיך געגעבן אַן עצה צו באַאַרבעטן די אינפֿראַ־רויטע בילדער מיט דער הילף פֿון ספּעציעלע קאָמפּיוטער־מעטאָדן, וואָס דערמעגלעכן צו זען די כמאַרעס און אַנדערע אַטמאָספֿערישע דערשײַנונגען. די זעלבע מעטאָדן קאָן מען אויך אויסנוצן צו באַשטעטיקן די וועטער־אומשטאַנדן אויף מאַרס און אַנדערע פּלאַנעטן.

ווענוס איז אַ געפֿערלעך אומפֿרײַנדלעכע וועלט. די סאָוועטישע און אַמעריקאַנער לאַנדונג־אַפּאַראַטן האָבן דאָרטן פֿונקציאָנירט צום מערסטן צוויי שעה – דערנאָך זענען זיי צעבראָכן געוואָרן צוליב דער הויכער טעמפּעראַטור, וואָס אַפֿילו בײַנאַכט האַלט זיך איבער 800 גראַד פֿאַרענהײַט. דערצו, גיסן זיך דאָרטן כּסדר וויטריאָל־רעגנס און בלאָזן הוראַגאַן־ווינטן. פֿון דער אָרביט איז שווער וואָס־ניט־איז אײַנצוזען, ווײַל די אַטמאָספֿער איז תּמיד פֿאַרכמאַרעט.

די איינציקע עצה זיך צו דערנעענטערן צו דער אויבערפֿלאַך אויף אַ לאַנגער צײַט זענען לופֿט־באַלאָנען. אין פּרינציפּ, קאָן מען אַפֿילו שאַפֿן דאָרטן אַ מענטשלעכע קאָלאָניע – כּל־זמן מע שוועבט אויף גרויסע באַלאָנען הויך אין דער לופֿטן.

אין אַ סך אַספּעקטן איז ווענוס גאַנץ ענלעך צו אונדזער ערד. צוליב דעם, וואָס די דאָרטיקע אַטמאָספֿער באַשטייט אויף 95 פּראָצענט פֿונעם קוילנשטאָף־דיאָקסיד, באַקומט זיך אָבער אַ ריזיקער אָראַנזשעריע־עפֿעקט. די פֿריִערדיקע קאָסמישע פּראָבעס האָבן אָנגעוויזן, אַז אַמאָל זענען דאָרטן געווען גרויסע אָקעאַנען. ווי אַזוי האָט זיך ווענוס פֿאַרוואַנדלט במשך פֿון מיליאַרדן יאָר אין אַזאַ העליש־אָנגעגליטן פּלאַנעט בלײַבט אַ רעטעניש. נישט לאַנג צוריק האָט „נאַסאַ‟ איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך אַרויסצושיקן אַהין צוויי קאָסמאָס־אַפּאַראַטן – צום ערשטן מאָל זינט 1990.

ס׳איז אינטערעסאַנט און טשיקאַווע, אַז בײַ ייִדן און אַנדערע פֿעלקער אַסאָציִיִרט מען ווענוס, להיפּוך צו איר פֿיזישן מצבֿ, מיט ליבע, זיווג־לעבן און משפּחה־ענינים.

אויף לשון־קודש הייסט ווענוס נוגה – „ליכטיקייט”; אונטער אַזאַ נאָמען ווערט זי שוין דערמאָנט אין דער גמרא און פֿריִיִקע מדרשים. אין דער מסכתּא „שבת‟ דערקלערט רבי חנינא, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע פּלאַנעטן זענען משפּיע אויפֿן מזל פֿונעם מענטש. ער באַטאָנט, אַז דער, וואָס איז געבוירן געוואָרן אונטערן מזל נוגה, וועט זײַן רײַך און טרײַבן זנות, ווײַל ווענוס איז אַ פֿײַערדיקער פּלאַנעט.

על־פּי תּורה, קאָן נישט קיין פּלאַנעט אָדער שטערן דיקטירן דאָס מענטשלעכע לעבן; דאָ גייט אַ רייד נאָך וועגן אַ געוויסער אַסטראָלאָגישער השפּעה, וואָס קאָן זיך אַנטפּלעקן אויף אַ גאַנץ כּשרן אופֿן: אין אַ געראָטן זיווג־לעבן.

ווען איך האָב געוווינט אין וויליאַמסבורג און אײַנגעשטאַנען בײַ איינער אַ סאַטמאַרער משפּחה, האָב איך באַמערקט, אַז איבערן בעט אינעם גאַסטצימער איז צוגעקלעפּט אַ קופּערנער ספּיראַל. כ׳האָב געוווּסט, אַז אַזאַ סגולה ווערט באַטראַכט אין „ניו־איידזש‟ ווי אַ מין אַסטראָלאָגישער אַפֿראָדאָזיאַק; מעגלעך, אויב מע גלייבט דערין, ווירקט זי טאַקע פּסיכאָלאָגיש צוליב דעם פּלאַצעבאָ־עפֿעקט. ס׳איז דאָך באַקאַנט, אַז פֿאַרשיידענע אומגעריכטע זאַכן קאָנען אויפֿרייצן אַן אינטימע תּאווה. ווען איך האָב אויף טשיקאַוועס געפֿרעגט בײַ דער בעל־הביתטע, וואָס איז דאָס, האָט זי זיך אַ ביסל פֿאַררייטלט און מסביר געווען, אַז ס׳איז אַ סגולה פֿאַר שלום־בית.

לויט אַסטראָלאָגיע און אַלכעמיע, ווערט קופּער פֿון קדמונים אָן אַסאָציִיִרט מיט ווענוס, און זי – מיט ליבע, סעקס און פֿרוכטבאַרקייט. אינעם באַקאַנטן קבלה־ספֿר „רזיאל המלאך‟ שטייט געשריבן, אַז דער מלאך פֿון ווענוס הייסט אַפֿראָדיטע – אַזוי האָט בײַ די גריכן געהייסן זייער געטין פֿון ליבע; בײַ די רוימער האָט די זעלבע עבֿודה־זרה געהייסן ווענוס.

אינעם 14טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצויזישער דאָקטער זשאַן פֿערנעל אַסאָציִיִרט דווקא מיט ווענוס געוויסע מחלות, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט סעקס; זינט דעמאָלט הייסן זיי „ווענערישע‟.

אַגבֿ, די סאַטמאַרער פּאָרפֿאָלק וואָלט נישט געדאַפֿט זיך ווענדן צום הײַנטצײַטיקן „ניו־איידזש‟. אין באַקאַנטע סגולה־ספֿרים, בפֿרט ספֿרדישע, טרעפֿן זיך ווענערע־קמיעות גאַנץ אָפֿט. געוויינטלעך, שרײַבט מען מיסטישע שמות אויף אַ קופּערנער טאַבעלע, כּדי צוצוציִען די השפּעה פֿונעם כּוכבֿ־נוגה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.