Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער ערשטער ייִדישער חורבן־מוזיי איז נישט געווען אין ישׂראל אָדער אַמעריקעThe first Jewish Holocaust museum wasn’t in Israel or the US

דער אַרטיקל נעמט אַרײַן אַ בריוו פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, אַ גרינדער פֿונעם מוזיי, וווּ ער מעלדט וועגן אָט דער וויכטיקער דערגרייכונג.

אַז מע פֿרעגט בײַ מענטשן וואָס איז געווען דער סאַמע ערשטער חורבן־מוזיי אויף דער וועלט, װאָלטן ס׳רובֿ געענטפֿערט „ישׂראל‟ אָדער „די פֿאַראייניקטע שטאַטן‟. אין דער אמתן אָבער איז דער ערשטער געווען אין װילנע אין 1944 — אַ דראַמאַטישע געשיכטע וואָס ווערט פּרטימדיק באַשריבן אין ד״ר דוד פֿישמאַנס בוך, „די שמוגלערס פֿון ביכער: פּאַרטיזאַנער, דיכטער און דער פֿאַרמעסט צו ראַטעװען ייִדישע אוצרות פֿון די נאַציסטן‟.

די גרינדער פֿונעם דאָזיקן מוזײ זײַנען געװען דרײַ ייִדישע פּאַרטיזאַנער — אַבֿרהם סוצקעװער, שמערקע קאַטשערגינסקי און אַבאַ קאָװנער. זײ זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם געטאָ און האָבן זיך אומגעקערט קײן װילנע נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון דער שטאָט דורך דער רױטער אַרמײ אין יולי. סוצקעװער איז געקומען קײן װילנע פֿון מאָסקװע, װוּ ער האָט זיך געפֿונען זינט אַפּריל, װען מען האָט אים אַראָפּגעבראַכט מיטן עראָפּלאַן פֿונעם פּאַרטיזאַנער קאַנט אין װײַסרוסלאַנד. זײ האָבן זיך גלײַך גענומען אָפּזוכן די ייִדישע קולטורעלע אוצרות, װאָס די נאַציסטן האָבן ניט באַװיזן צו פֿאַרניכטן אָדער אַרױספֿירן, און װאָס זײַנען געװען באַגראָבן אונטער די חורבֿות פֿון דער שטאָט. זײער פּלאַן איז געװען צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזײ אָדער אינסטיטוט אין װילנע.

אַזאַ מין טעטיקײט, דערקלערט פֿישמאַן, װאָלט ניט געװען מעגלעך אָן אַ דערלױבעניש מצד די סאָװעטישע בעלי–בתּים פֿון דער שטאָט. צװישן די דרײַ מענער איז סוצקעװער שױן געװען אַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער סאָװעטישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, און האָט געקאָנט האַנדלען מיט דער סאָװעטישער מאַכט. סוף–אױגוסט אָדער אָנהײב–סעפּטעמבער 1944 האָט ער געשיקט אַ באַריכט אין דער רעדאַקציע פֿון „אײניקײט‟. דער אָריגינעלער טעקסט פֿון סוצקעװערס באַריכט מיט רעדאַקטאָרישע סטיליסטישע אױסבעסערונגען האָט זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ פֿונעם ייִדישן אַנטי–פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. די נײַעס פֿון װילנע האָט אַרויסגערופֿן התלהבֿות בײַ די סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער אין מאָסקװע:

** „אינעם נײַעם װילנער ייִדישן מוזײ‟**

אַבֿרהם סוצקעװער טײלט אונדז מיט פֿון װילנע, אַז בײַם ליטװישן פֿאָלקאָמבילד (פֿאָלקס–קאָמיסאַריאַט פֿאַר בילדונג) איז געגרינדעט געװאָרן אַ קאָמיסיע צו באַאַרבעטן די דאָקומענטן פֿון דער ייִדישער קולטור. די קאָמיסיע װעט האָבן עלף באַשטענדיקע מיטאַרבעטער. אַלס דירעקטאָר איז באַשטימט געװאָרן אַבֿרהם סוצקעװער. זײַן פֿאַרטרעטער איז קאָװנער.

די קאָמיסיע איז אַריבערגעפֿאָרן אױף דער סטראַשון–גאַס 6 — אין דער געװעזענער געטאָ. דער גאַנצער היסטאָרישער הױף — צװײ מױערן — איז איר איבערגעגעבן געװאָרן צו אָרגאַניזירן אױפֿס נײַ אַ(ן) אינסטיטוט.

עס איז שױן געשאַפֿן געװאָרן אַ ייִדישער מוזײ מיט צװײ אָפּטײלונגען: געטאָ-פֿאָרשונג און געשיכטע פֿון די ייִדישע פּאַרטיזאַנער. אין דעם צװײטן געבײַדע אױפֿן זעלבן הױף, דאָרט, װוּ עס האָט זיך אַ מאָל געפֿונען די ביבליאָטעק פֿון די ׳מפֿיצי–השׂכּלה׳, װערט געשאַפֿן אַ ביבליאָטעק און אַ לײען–זאַל.

פֿון פֿאַרשײדענע באַהעלטענישן האָט די קאָמיסיע פֿאַר דער לעצטער צײַט אַרױסבאַקומען און צונױפֿגעקליבן דרײַסיק װעלט-באַרימטע סקולפּטורן. לעצטנס איז צוגעקומען מאַרק אַנטאָקאָלסקיס באַרימטע סקולפּטור „דער חריף‟ און (זלמן) סטראַזשס סקולפּטור פֿון (לעװ) טאָלסטױ, װי אױך צװײ װערק פֿונעם סקולפּטאָר (נחום) אַראָנסאָן.

צען טאָן אַרכיװ–מאַטעריאַלן פֿון ייִװאָ האָבן די טוער פֿון דער קאָמיסיע געפֿונען הינטערן שטאָט. די דײַטשן האָבן די דאָזיקע מאַטעריאַלן פֿאַרקױפֿט אַ פּאַפּיר-פֿאַבריק צום איבעראַרבעטן אױף פּאַפּיר. די פֿאַבריק האָט ניט באַװיזן דאָס צו טאָן. צװײ לאַסט–אַװטאָמאָבילן מיט מאַטעריאַלן זײַנען שױן אַראָפּגעבראַכט געװאָרן פֿון דאָרט אין דער נײַער געבײַדע. דאָרט האָט מען געפֿונען אײניקע ביז גאָט װיכטיקע מאַנוסקריפּטן, פּלאַקאַטן און בילדער פֿון דער װילנער טרופּע, בײַ אַ טױזנט ספֿרים פֿון סטראַשון–ביבליאָטעק, פּנקסים, בריװ פֿון ר׳ (חיים–עוזר) גראָדזענסקי און אַנדערע װערטפֿולע זאַכן.‟

בערך מיט אַ יאָר שפּעטער האָט קאַטשערגינסקי געשיקט אַ באַריכט װעגן דעם, װאָס מען האָט אױפֿגעטאָן אינעם ייִדישן מוזײ. דער דאָזיקער באַריכט האָט זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ אין אַ רוסישער איבערזעצונג, געמאַכט אין דער סאָװעטישער געהײם–פּאָליצײ נאָך דעם, װי דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט איז פֿאַרמאַכט געװאָרן. דער מוזײ — שרײַבט קאַטשערגינסקי — האָט פֿאַרמאָגט אַ זאַמלונג פֿון אַרום 25,000 ביכער, צװישן זײ — זעלטענע אױסגאַבעס פֿון װענעציע, פּראָג און סאַלאָניק. עס זײַנען דאָרט געװען אַרכיװאַלע מאַטעריאַלן פֿון דעם קאָװנער און װילנער געטאָ, דער אַרכיװ פֿון ייִװאָ, שלום-עליכמס בריװ. אַ העלפֿט פֿון די דאָזיקע מאַטעריאַלן אין זעקס הונדערט זעק האָט מען שױן אַריבערגעבראַכט אינעם מוזײ. ער האָט װײַטער מיטגעטײלט: „ספּעציעל װערטפֿול איז די טעאַטער–ביבליאָטעק, װאָס האָט בערך 800 נומערן; צװישן זײ די ערשטע אױסגאַבעס פֿון די װערק פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן, יעקבֿ גאָרדין, יצחק יואל לינעצקי, מוזיקאַלישע נאָטעס‟. ער האָט געענדיקט זײַן באַריכט אָפּטימיסטיש: „לעת–עתּה גרײטן מיר אַן אױסשטעלונג, װאָס װעט װײַזן אַ טײל פֿון די אוצרות פֿון אונדזער מוזײ.‟

װי עס דערצײלט פֿישמאַן, האָבן די גרינדער פֿונעם מוזײ אין גיכן פֿאַרשטאַנען, אַז עס װעט ניט זײַן זיכער איבערצולאָזן די דאָזיקע אוצרות אין סאָװעטישע הענט. זײ האָבן אױסגעאַרבעט אַ פּלאַן, װי אַזױ זײ אַרױסצושמוגלען בסוד פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אָבער דער מוזײ האָט װײַטער פֿונקציאָנירט נאָך זײער אַװעקפֿאָרן. אין 1946 איז דאָרט פֿאָרגעקומען אַן אױסשטעלונג לכּבֿוד שלום–עליכמס דרײַסיקסטן יאָרצײַט. דער דיכטער הירש אָשעפּראָװיטש האָט דערצײלט אין זײַן קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר „אײניקײט‟, אַז די סאַמע אינטערעסאַנטע עקספּאָנאַטן זײַנען געװען די אָריגינאַלן פֿון שלום–עליכמס בריװ: „די אױסשטעלונג-באַזוכער קענען זיך ממש ניט אָנזעטיקן מיטן לײענען און װידער אַ מאָל איבערלײענען די אײגנהענטיקע אותיות פֿונעם גרױסן שרײַבער און זײ קערן זיך צו עטלעכע מאָל צוריק צו דעם‟.

מעג זײַן, אַז די דאָזיקע בריװ זײַנען געװען צװישן די דאָקומענטן, װאָס זײַנען געראַטעװעט געװאָרן דורך סוצקעװער און זײַנע חבֿרים. אָבער די דאָזיקע געשיכטע איז שױן מער ניט געװען כּשר פֿאַר דער סאָװעטישער פּרעסע. אַנשטאָט זײ האָט מען געהאַט אַן אַנדער העלד: „אין צענטער פֿונעם אױסשטעלונג-זאַל געפֿינט זיך אַ גרױסער פּאָרטרעט פֿון דעם, װאָס האָט דערמעגלעכט, אַז אין װילניוס זאָל װידער קענען אױפֿגעשטעלט װערן אַ ייִדישער מוזײ — דער פּאָרטרעט פֿונעם מענטשן, װעלכער האָט דערפֿירט צו דער באַפֿרײַונג פֿון װילניוס — פֿונעם גענעראַליסימוס סטאַלין.‟ דער גורל פֿונעם ייִדישן מוזײ אין װילניוס איז געװען דער אײגענער װי פֿון אַנדערע ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס. ער איז פֿאַרמאַכט געװאָרן אין 1949.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.