ייִדיש־ליגע זוכט אַ פּראָגראַם־ און ווערביר־דירעקטאָרLeague for Yiddish seeking Director of Programming and Engagement
די ייִדיש־ליגע פֿירט דורך לעקציעס אויף ייִדיש און פֿאַרקויפֿט ייִדישע ווערטערביכער, לערנביכער און פֿילמען.
די ייִדיש־ליגע זוכט אַ טיילצײַטיקן פּראָגראַם־ און ווערביר־דירעקטאָר וואָס זאָל אַרבעטן דרײַ טעג אַ וואָך, מיט דער מעגלעכקייט צו פֿאַרגרעסערן אויף מער טעג/שעהען.
די ייִדיש־ליגע איז אַן אָרגאַניזאַציע באַזירט אין דער שטאָט ניו־יאָרק, וואָס מוטיקט מענטשן זײ זאָלן רעדן ייִדיש אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן און שטיצן די מאָדערניזירונג פֿון מאַמע־לשון. זי פֿירט אויך דורך לעקציעס אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור (לעצטנס, בלויז דורך זום), און האָט אַ קראָם וואָס פֿאַרקויפֿט ייִדישע ווערטערביכער, לערנביכער, פֿילמען פֿון ייִדישע שרײַבער און אַנדערע ייִדיש־שפּראַכיקע מאַטעריאַלן.
זי גיט אויך אַרויס אַ געזעלשאַפֿטלעך־ליטעראַרישן זשורנאַל, „אויפֿן שוועל‟, אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד״ר מרים טרין.
דער פּראָגראַם־דירעקטאָר וועט דאַרפֿן פּלאַנירן און דורכפֿירן אונטערנעמונגען סײַ דורך „זום‟, סײַ פּנים־אל־פּנים, און פֿאַרטרעטן די ייִדיש־ליגע בײַם צוזאַמענאַרבעטן מיט אַנדערע יחידים און אינסטיטוציעס.
דער קאַנדידאַט דאַרף קענען פֿליסיק ייִדיש. צום בעסטן וואָלט געווען ווען ער אָדער זי וווינט אין דער ניו־יאָרקער געגנט. דער שׂכר און די בענעפֿיטן וועט מען באַשטימען לויט זײַן אָדער איר דערפֿאַרונג.
פֿאַראינטערעסירטע ווערן געבעטן צו שיקן דעם רעזומע און באַגלייטבריוו צו: [email protected].
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO