„קלעזפֿעסט‟ קומט פֿאָר אָנלײַן די וואָך ביזן 5טן סעפּטעמבערKlezfest is happening online this week until September 5
די פּראָגראַם נעמט אַרײַן קאָנצערטן פֿון קלעזמער־ און ייִדישער טאַנגאָ־מוזיק; מיני־ייִדיש־לעקציעס און פֿילם־ווײַזונגען

Graphic by Angelie Zaslavsky
אָנהייבנדיק הײַנט, ביזן 5טן סעפּטעמבער, פֿירט די אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט איניציאַטיוו‟, אָן מיט איר יערלעכן פֿעסטיוואַל לכּבֿוד דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
צוליב דעם קאָוויד־מצבֿ, קומט די אונטערנעמונג פֿאָר אָנלײַן און איז דערפֿאַר צוטריטלעך צו מענטשן איבער דער וועלט.
„ייִדישפֿעסט‟, וואָס נעמט אַרײַן פֿאָרשטעלונגען פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר, אַבֿי האָפֿמאַן, און הנאהדיקע ייִדיש־לעקציעס געגעבן פֿון זײַן מאַמען, די לאַנגיאָריקע פֿאָרווערטס־קאָלומניסטקע מרים האָפֿמאַן, וועט אויך דורכפֿירן אַ ריי קאָנצערטן. ,צווישן די אַקטראַציעס: די קלעזמער־מוזיקער דניאל קאַהן און מײַקל ווינאָגראַד; די ריגע־געבוירענע זינגערין אייליטאַ און אַ ייִדישן טאַנגאָ־קאָנצערט.
דערצו וועט מען ווײַזן קאַפּיטלען פֿון דער פֿאָרווערטס־קאָכפּראָגראַם, „עסט געזונטערהייט!‟ כּדי צו באַשטעלן בילעטן פֿאַר איינער אָדער מער פֿון די אונטערנעמונגען, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
