ווידעאָ: קרויט־שטרודל לכּבֿוד סוכּותVIDEO: Cabbage strudel for Sukkot
אַ באַליבט מאכל פֿון דער אַלטער היים — זעט ווי די טייג ווערט אַזוי דין, ס׳איז ממש דורכזיכטיק.
סוכּות איז אַן אַלטער מינהג צו עסן האָלעפּצעס אָדער שטרודל.
געוויינטלעך, אַז ס׳רעדט זיך וועגן שטרודל, מיינט מען אַ זיס געבעקס, אין וועלכן דאָס טייג איז געפֿילט מיט עפּל און צוקער אָדער מיט ראָזשינקעס און ניס.
אין דעם ווידעאָ אָבער ווײַזן אײַך שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ ווי צו מאַכן אַ קרויטשטרודל וואָס איז דווקא נישט זיס, נאָר געזאַלצן און געפֿעפֿערט, און קען דינען ווי אַ הויפּטגעריכט פֿונעם מאָלצײַט וואָס איר עסט אין דער סוכּה.
ס׳איז ספּעציעל אינטערעסאַנט צו זען ווי איוו וואַלגערט אויס דאָס טייג: ס׳ווערט אַזוי דין, ס׳איז ממש דורכזיכטיק!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor