במשך פֿון דער סוכּות־וואָך — אַ שפּײַז־פֿעסטיוואַל אָנלײַןDuring the week of Sukkot – an online food festival
אין גײַסט פֿון דער הײַיאָריקער טעמע, „שכנים‟, וועט מען הערן וועגן דער געשיכטע און פּאָטראַוועס פֿון דער האָלענדיש־ייִדישער קיך.

Image by Polin Museum
חול־המועד סוכּות איז אַ מינהג צו נעמען פֿרײַ פֿון דער אַרבעט און גיין פֿאַרברענגען, כּדי באמת צו פֿילן די פֿרייד פֿונעם יום־טובֿ.
שוין עטלעכע יאָר לאַנג פֿירט דער פּולין־מוזיי אָן מיט אַ ייִדישן שפּײַז־פֿעסטיוואַל, מיטן פּשוטן נאָמען „טיש‟. הײַיאָר קומט ער אָבער פֿאָר אָנלײַן. הייסט עס, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט שפּײַז־פֿעסטיוואַלן פּנים־אל־פּנים, ווען די באַטייליקטע גייען פֿון איין בודקע צו דער צווייטער, פֿאַרזוכנדיק כּלערליי פּאָטראַוועס, קומען פֿאָר אַ ריי אַקטיוויטעטן וואָס דערמעגלעכן די צוקוקער זיך צו באַטייליקן אינעם פֿעסטיוואַל בײַ זיך אין דער היים.
די טעמע פֿונעם הײַיאָריקן שפּײַז-פעסטיוואַל, וואָס וועט אָנגיין ביזן 26סטן סעפּטעמבער, איז „שכנים‟. וועט מען דעריבער דיסקוטירן נישט בלויז די ייִדישע קיך, און ווי אַזוי די ייִדישע און פּוילישע פּאָטראַוועס האָבן משפּיע געווען איינע אויף דער אַנדערער, אָבער אויך וועגן די קולינאַרע טראַדיציעס פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס וואָס וווינען הײַנט אין וואַרשע.
צווישן די אַקטיוויטעטן: די צוקוקער וועלן זיך דערוויסן וועגן דער האָלענדיש־ייִדישער קיך; זיך לערנען ווי צו מאַכן אַ סוכּותדיקן טאָרט; אויסהעפֿטן אַ טישטעך לכּבֿוד יום־טובֿ; פֿלעכטן אַ חלה; זיך לערנען אַ ביסל ייִדיש, זיך דערוויסן וועגן די מאכלים פֿון די וויעטנאַמעזער וואָס וווינען הײַנט אין וואַרשע, און אַפֿילו ווערן אַ מיט־מחבר פֿון אַ צוקונפֿטדיקער אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער קיך פּראָדוצירט פֿונעם פּולין־מוזיי.
כּדי זיך צו באַטייליקן אין איינעם אָדער מער פֿון די אַקטיוויטעטן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
