Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„מײַן טאַטע טאַנצט!‟ (זכרונות פֿון שׂימחת־תּורה אין וויטעבסק)“My father’s dancing!” (Memories of Simchat Torah in Vitebsk)

ווי ווילדע חיות לאָזן מיר זיך לויפֿן אַרום דער בימה. די פּאָר הילצערנע טרעפּלעך צעטראַסקען זיך אונטער אונדזערע פֿיס.

שׂימחת־תּורה

איין מאָל אין יאָר לאָזט מען אונדז, קינדער, פֿרײַ הוליען אין שול. זײַנען מיר פֿון פֿאַרנאַכט אָן פֿאַרסאָפּעט, פֿאַרמאַטערט פֿון די הקפֿות.

די שול איז אָנגעפּאַקט מיט ייִדן.פֿון די ייִנגלעך איז נישטאָ וווּ זיך אַהינצוטאָן. אַפֿילו קליינע מיידלעך קומען צו הקפֿות אין דער מאַנצביל־שול אַרײַן און אין איינעם מיט די ייִנגלעך שטופּן זיי זיך אונטער די פֿיס. די לאָמפּן ברענען ווי מיט אַ נײַעם פֿײַער. דער אָרון־קודש איז אָפֿן. מע טראָגט פֿון אים אַרויס די ספֿר תּורהס, איינע נאָך דער אַנדערער. אַלע אויסגעפּוצטע, אין יום־טובֿדיקע מענטעלעך.

ווערט די שול דערהויבן, ווי אַ בית־המקדש. ייִדן טאַנצן, טופּען מיט די ספֿר־תּורהס אין די הענט. מיר קינדער טאַנצן און טופּען מיט זיי אין איינעם.

ווי ווילדע חיות לאָזן מיר זיך לויפֿן אַרום דער בימה, שפּרינגען אַרויף פֿון איין זײַט, שפּרינגען אַראָפּ פֿון דער אַנדערער. די פּאָר הילצערנע טרעפּלעך צעטראַסקען זיך אונטער אונדזערע פֿיס.

יעדער שטופּט זיך, יאָגט אונטער דעם אַנדערן, וויל וואָס מער אַרומלויפֿן די בימה. מע לאָזט נישט אַ טאַפּ טאָן, אַ גלעט טאָן איר אויסגעקריצטן פּאַרענטש, אַפֿילו נישט איבערכאַפּן דעם אָטעם.

די „קלאַפּערס‟ טרייסלען זיך אין אונדזערע הענט. מיר פֿאַרטומלען מיט זיי די שול. די פּאַפּירענע פֿאָנען סוויסטשען, לויפֿן אונדז נאָך און רײַסן זיך פֿון ווינט.

דער שמשׂ פֿאַרשטעקט זיך אין אַ ווינקל. ער האָט מורא, מיר וועלן פֿאַנאַדערשטופּן די ווענט. אָט, דאַכט זיך אויס, אַז ס׳האָבן זיך שוין אָנגעהויבן גליטשן די ספֿרים אויף די טישלעך. בעט ער זיך בײַ אונדז:

„קינדער, וויפֿל אַ שיעור? זאָל זײַן גענוג! איר וועט דאָך אַזוי אויפֿטרייסלען די גאַנצע שול!

מיר קאָנען זיך נישט אָפּשטעלן. דער קאָפּ דרייט זיך. מיר פֿאַלן פֿון די פֿיס.

אָן כּוחות שלעפּ איך זיך אַהיים, הינטער מײַנע ברידער, מיט מײַן צעריסענער פֿאָן אין דער האַנט.

צו מאָרגנס, פֿון דער אינדערפֿרי אָן, ווערט אַן אײַלעניש אין שטוב. מע גרייט אָן כּיבוד. ס׳דאַרפֿן קומען אורחים.

מע אײַלט זיך אין שול. מע אײַלט זיך וואָס גיכער אָפּכאַפּן דאָס דאַוונען. נאָך איידער מען האָט אָפּגעדאַוונט, פֿאַרקלײַבן זיך די ייִדן אין רעדלעך און שושקען זיך צווישן זיך:

„נו, מע האָט שוין געפּסקנט, צו וועמען מען גייט צו ערשט אויף קידוש?‟

„ששש… שאַ… או… אַח…‟

„ר׳ שמואל־נח האָט פֿאַררופֿן די גאַנצע שול!‟ גיט ווער אַ בלאָז אין די אויערן.

„אָ, וועט שוין זײַן משקה איבערן קאָפּ! וואָס מיינט איר, ר׳ גערשל?‟ פֿרעגט מען אַ דאַרן ייִדן מיט אַ רויטער נאָז.

„איר פֿרעגט מיך? נו גוט, לאָמיר גיין צו ערשט צו ר׳ שמואל־נחן. אַוודאי, אַן אָנשטענדיקער באַלעבאָס!‟

לאָזט זיך אַרויס די גאַנצע שול אויף דער גאַס.

„וואָס שטייט איר אָפּ? קומט אַ ביסל גיכער, נאָך דאָ פֿולע ערטער וווּהין צו גיין!‟

„הײַנט וועלן זיך די ייִדן אָנטרינקען!‟ שמייכלעך די קריסטן, וואָס גייען פֿאַרבײַ.

אַפֿילו דער גראָבער קלויסטער, וואָס איז געשטאַנען אויפֿן וועג, רוקט זיך אַליין אָפּ אָן אַ זײַט, לאָזט זיי דורך. די גאַנצע שיל ייִדן פֿאַלט אין אונדזער שטוב אַרײַן. ס׳ווערט ענג און הייס.

„גוט יום־טובֿ, גוט יום־טובֿ, באַלעבאָסטע!‟

די ווײַבער רוקן זיך אָפּ אָן אַ זײַט. דער עולם גיט זיך גלײַך אַ שאַר צו די טישן. „וואָס ליגט דאָרט אָנגעלייגט אויף די טעלערס?‟

פֿון הנאה רײַבן זיך די ייִדן די הענט, רוקן אָפּ די שטולן, קוקן אויס דעם טיש. דער טיש, אָנגעגרייט ווי אויף אַ חתונה, בייגט זיך אַזש אונטער דעם אָנגעשטעלטן כּיבוד.

שטיקלעך טאָרט, טייגלעך, לעקעך מיט האָניק, טעלער מיט מאַרינירטע הערינג, מיט געהאַקטע לעבער, אייער מיט שמאַלץ, קאַלטע פּעטשאַ, געפּרעגלטע אייטער. און בוטלען ווײַן מיט בראָנפֿן שטייען אויסגעשטעלט ווי סאָלדאַטן.

„וואָס שפּאַרט איר זיך אַזוי? גיט דעם אַנדערן אויך אַן אָרט!‟ ווערט אַרום דעם טיש אַ גערודער.

„למאַי נאָר תּמיד זײַן דער ערשטער? ס׳איז דאָך נישט צו אַן עליה…‟

„דווקא צו דער משקה האָט ער מער שײַכות פֿון אַלעמען, לאָזט אים דורך,‟ לאַכן די אַנדערע.

„שאַ, אָט גייט ר׳ שמואל־נח! לחיים, ר׳ שמואל־נח! לחיים, רבותי!‟ דער טאַטע, ווי אַלע מאָל, קומט פֿון שול דער לעצטער. אין זײַן לאַנגן יטם־טובֿדיקן בגכ, מיטן קאַפּעליוש אויפֿן קאָפּ זעט ער אויס העכער, ברייטער.

„לחיים, לחיים, גוט יום־טובֿ!‟ שאָקלט זיך אויף זײַן קאָפּ דער הויכער הוט. דער טאַטע נעמט אים אַראָפּ און בלײַבט מיט דער יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ.

„רבותי, געמאַכט קידוש?‟

„און איר, באַלעבאַטים?‟

עטלעכע ייִדן שטעלן זיך מאַכן קידוש מיט אַ מאָל.

„בורא פּרי הגפֿן…‟ צעשאָקלען זיי זיך. מע זופּט דעם ווײַן, מע כאַפּט זיך פֿאַר דעם בראָנפֿן. מע פֿאַרבײַסט, מע פֿאַרזוכט פֿון יעדן טעלער.

„לחיים, באַלעבאָסטע! אײַער הערינג איז שוין איין מאָל אַ הערינג!‟ „און די פּעטשאַ איז גאָר אַ דימענט!‟

דער מאַמעס פּנים שײַנט פֿון הנאה.

מיט אַ מאָל, ווי אַ מאַרשאַלעק אויף אַ חתונה, גיט זיך פֿון טיש אַ הייב דער שמשׂ.

ווער וויל מאַכן מי־שברך? ווער הייבט אָן?‟ שטייט אויף אַ ייִד מיט אַ לאַנגער ווײַסער באָרד, גיט אַ הוסט, גיט אַ גלעט די באָרד, נעמט פֿאַנאַנדער די געדיכטע וואָנצעס, ווי די באָרד מיט די וואָנצעס וואָלטן אים שטערן עפֿענען דאָס מויל.

„מי שברך…‟ צעשאָקלט ער זיך מיט אַ ניגון.

„איר האָט געהערט? וויפֿל גיט ער, וויפֿל האָט ער צוגעזאָגט?‟

שפּרינגט דער שמשׂ אַרום פֿון איינעם צום אַנדערן, און גלײַך ווי ער וואָלט אונטערגעטראָגן אַ דרשה־געשאַנק אַ חתן־כּלה, זינגט ער אויס אויפֿן קול דעם נאָמען און דאָס צוגעזאָגטע געלט.

„וואָס לייגט ער אונדז קאַלטע באַנקעס אויפֿן קאָפּ? וווּ איז עפּעס נאָך משקה? גיט אַקאָרשט אַהער די דאָזיקע בוטל! וואָס האַלט איר זי דאָרטן אויבן־אָן?‟ ליידיקע בוטלען קאַטעווען זיך אַוועק. ס׳עפֿענען זיך אויף נײַע, ווי מע וואָלט ערשט אָנגעהויבן צו טרינקען.

קעלישקעס, בעכערס גיסן זיך אָן, גיסן זיך איבער אויפֿן טישטעך. מיט אַ מאָל גיט דער ייִד מיט דער ווײַסער באָרד אַ קלאַפּ איבערן טיש. שאַ!

ער מאַכט צו די אויגן און גיט אַזוי טיף אַ זיפֿץ, ווי ער וואָלט אַרויסגעריסן פֿון זיך אַ שטיקל האַרץ און פֿאַרוואָרפֿן עס ווײַט. ווי אַ ציטער פֿאַרלויפֿט זײַן זיפֿץ איבערן טיש. און פּלוצעם — ווי ער וואָלט אָנגעקומען פֿון דער ווײַטנס, ווי ער וואָלט זיך אַרויסגעצויגן פֿון דעם זיפֿץ, הייבט זיך שטיל אָן דעם רבינס ניגון.

מע הערט אַ ברומען. עס שאָקלט זיך זײַן קאָפּ. זײַן שטערן קנייטשט זיך. עס צאַפּלען זײַנע ליפּן מיט די וואָנצעס.

ביסלעכווײַז פֿאַרשלייערט ער אַלעמען די קעפּ.

בלאַסע פּנימער צעפֿלאַקערן זיך. אויגן מאַכן זיך צו. אין איין אָטעם כאַפּן אַלע אונטער דעם ניגון. אַ קול נאָך אַ קול, אַלץ העכער און העכער.

דער ניגון צעגיסט זיך, ציט זיך אויס אין דער לענג, אין דער ברייט, צעבלאָזט זיך, ווי אַ פֿײַער.

די ייִדן שווימען אין געזאַנג.

מיט פֿאַרמאַכטע אויגן שאָקלען זיי זיך, קלאַפּן איבערן טיש, ווי זיי וואָלטן וועלן מאַכן זינגען דעם טיש אַליין און זיך אָפּרײַסן פֿון דער ערד.

ווער שרײַט פֿון שרעק, ווער פֿאַרגייט אין אַ געוויין. ווער בעט, ווער קלאָגט.

דער ניגון זאַפּט זיך אָן מיט טרערן, וואָס פֿאַלן נישט אַרויס. ייִדן קנאַקן מיט די פֿינגער. הענט ציִען זיך אויס. איינער פֿאַרכאַפּט זײַן באָרד אין דער האַנט אַרײַן און האַלט זי שטאַרק אונטער, ווי ער וואָלט מיט איר אונטערגעהאַלטן זײַן אויפֿגעשפּרונגען האַרץ.

פּלוצעם שטעלט זיך אָפּ דאָס געוויין. ס׳ברעכט אויס אַ פֿרייד.

„אַ, ייִדן ס׳איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט!‟ פֿאַררײַסט דער וויסער ייִד זײַן קאָפּ אין דער הייך, ווי פֿון אויבן וואָלט אים אַ שײַן געטאָן דער אייבערשטער אַליין.

„וואָס זיצט איר, ייִדן? הײַנט איז דאָך שׂימחת־תּורה, דער רבי האָט געהייסן הוליען, טאַנצן!

שטופּט זיך אַרויס אַ האַנט, אַ פֿוס, רײַסן זיך ווי אָפּ פֿון גוף און לאָזן זיך טראָגן.

מע גיט אַ שטויס דעם טיש אָן אַ זײַט, מע גיט אַ שליידער די שטולן. ס׳דאַכט זיך, די ווענט אַליין האָבן זיך אַ שאָקן געטאָן. דער טישטעך טוט זיך אַ גליטש. שטיקלעך טאָרט, קעלישקעס צעפֿאַלן זיך אויפֿן דיל. ייִדן צעהוליען זיך, טופּען אויף אַן אָרט, דרייען מיט די פּאָלעס, פֿאַרדרייען זיך אין רעדלעך.

chagall

Image by Marc Chagall

פּלייצעס אויסגעבויגן, הענט פֿאַרפֿלאָכטן ווי צוגעבונדן איינער צו דעם אַנדערן. אַ פּלייצע אויף אַ פּלייצע, איינע הענגט אויף דער צווייטער. זיי לאָזן זיך נישט אָפּ, ווי זיי וואָלטן מורא האָבן, ווען זיי בלײַבן אַליין, צעפֿאַלן זיי זיך אויף שטיקלעך.

קיינער זעט נישט דעם אַנדערן. קיינער זעט נישט זיך אַליין. אויסגעבויגענע שטיוול קריכן אין דער הייך. ייִדן פֿאַלן פֿון די פֿיס.

גלײַכט זיך אויס אַ פֿרישער רוקן און מיט פֿרישע כּוחות וואַרפֿט ער זיך, ווי אין אַ פֿײַער, אין דעם קאָכעטיקן טאַנץ אַרײַן.

ס׳גאַנצע רעדל גיט זיך פֿונדאָסנײַ אַ שלעפּ נאָך אים. בײַם טיש זיצט שוין קיינער נישט. דער טיש אַליין רוקט זיך אָפּ און שטופּט זיך צו צו די הוליענדיקע.

„ר׳ שמואל־נח, באַלעבאָס, אויף וואָס וואַרט איר? הייבט זיך אויף!‟ און דער טאַטע, אַלע מאָל אַזאַ געלאַסענער, אַזאַ שטילער, גיט זיך אַ רוק פֿון אָרט, שטופּט זיך צו צו די טאַצנדיקע און פֿאַלט אין דעם דרייענדיקן רעדל אַרײַן.

די קייט מיט ייִדן גיט זיך אַ צי און פֿאַרשלינגט אים.

פֿון מײַן ווינקל קוק איך אויפֿן טאַטן. איך זוך אים צווישן די טאַנצנדיקע. אָט איז זײַן קאָפּ אַ ביסל אײַנגעבויגן אָן אַ זײַט, זײַנע אויגן — אַראָפּגעלאָזן, זײַן לאַנגע באָרד שווימט. אָט דרייט ער זיך, ווי אין אַ זיסן חלום, זײַן גאַנצער גוף צעגייט זיך פֿון הנאה.

מײַן טאַטע טאַנצט!

איך קאָן מער נישט אײַנשטיין אויפֿן אָרט.

„מאַמע, איך מעג?‟

די ווײַבער אין די ווינקלען קוועלן פֿון נחת. זייערע מענער פֿרייען זיך כאָטש איין מאָל אין יאָר.

„מאַמע, קום, לאָז מיך! איך וויל אויך אַ טאַנץ טאָן, זיך אַ דריי טאָן מיטן טאַטן!‟ שלעפּ איך זי פֿאַרן אַרבל.

„וואָס רעדסטו, קינד מײַנס, מע וועט דאָך דיך צעטרעטן אויפֿן אָרט! דו זעסט…‟

מיט אַ געשריי קײַקלט זיך אַרײַן אין שטוב אַ הויכער, דאַרער ייִד. זיך איבערגעקוליעט מיטן קאָפּ אַראָפּ און ווײַטער אויפֿגעשטאַנען אויף די פֿיס. ווי אַ וואָרעם, דרייט ער זיך איבער דעם דיל און מיט איין שפּרונג לאָזט ער זיך אין קיך אַרײַן.

„ייִדן, אָן אַ זײַט!‟

„אוי, וויי איז מיר!‟ דערשרעקט זיך די קעכין. „ר׳ לייזער, האָט רחמנות! וואָס ווילט איר דאָ טאָן אין קיך?‟

זי האָט דערקענט אין אים אונדזער שכן פֿון הויף. אָבער דער דאַרער ייִד, ווי נישט אים האָט זי געמיינט, הערט זיך גאָרנישט צו. ער גיט אַ כאַפּ דעם לאַנגן גאָפּל און שלעפּט פֿון אויוון אַרויס אַ גרויסן ליימענעם טאָפּ, פֿול מיט אַ מאכל, מיט דער שוואַרץ־קלעפּיקער „קולאַיע‟. דער טאָפּ גיט זיך אַ קער, ער גיסט זיך אויס אויף דעם ייִדן. דער ייִד ווערט שוואַרץ ווי אַ נעגער, לויפֿט אַזוי אַרײַן צוריק אין שטוב און צערודערט נאָך מער די פֿאַרשיכּורטע ייִדן.

אַלע דרייען זיך, האַלטן זיך קוים אויף די פֿיס. אויסעמאַטערטע, צעפֿאַלן זיי זיך אויף די שטולן. מיט די קעפּ אָן אַ זײַט, ליגן זיי אַ רגע ווי פֿאַרחלשטע.

„רבותי, מיר דאַרפֿן נאָך גיין צו ר׳ מענדלען!‟ כאַפּט זיך איינער אויף מיט אַ געשריי.

אַלע גיבן זיך אַ ריס פֿון די שטולן, ווי מע וואָלט זיי געגעבן אַ שמיץ, און אַנטלויפֿן אויף די אויסגעבויגענע פֿיס אויפֿן גאַס.

דער טאַטע לויפֿט מיט זיי אין איינעם.

מיט די ערשטע שטערן באַווײַזט זיך דער טאַטע אין דער טיר, אַ ביסל אַ שיכּורער, אַ וואַקלדיקער. ער שעמט זיך אַרײַנצוגיין אין שטוב. ווי אַ סנאָפּ, פֿאַלט ער אין בעט אַרײַן.

מיר פֿאַרשעמען זיך מיט אים אין איינעם.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.