ייִדישע זוכענישן נאָך אַן אײגענער „פּרימיטיװער‟ קולטורThe Jewish search for its own “primitive” culture
י. ל. פּרץ איז דערצויגן געוואָרן בײַ מסכּילים אָבער האָט געזען די חסידישע קולטור ווי אַן אויטענטישע באַזע פֿאַר דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

Image by Wikimedia Commons
Samuel J. Spinner
Jewish Primitivism
Stanford University Press, 272 pp.
דער רוסיש–ייִדישער קונסט–קריטיקער אַבֿרהם אפֿרת (עפֿראָס) האָט געהאַלטן, אַז די נײַע ייִדישע קונסט דאַרף שטײן אױף צװײ יסודות: דעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם און דער ייִדישע פֿאָלקסקונסט.
אינעם אַרטיקל „אַלאַדינס צױבער–לאַמטערן‟ האָט ער געשריבן אַז „דאָס פּנים פֿונעם מאָדערניזם איז געקערט כּלפּי־חוץ [צום דרױסן], בעת די פֿאָלקסקוסנט קוקט אַרײַן אינעװײניק‟. דאָס דאָזיקע אַרטיקל איז געװען די הקדמה צו ש. אַנ–סקיס „אַלבום פֿון די ייִדישע קינסטלערישע אַנטיקן‟, אָבער צוליב דעם אױסברוך פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע אין 1917 איז דאָס דאָזיקע בוך ניט אַרױס. אַנ–סקי האָט געמוזט אַנטלױפֿן פֿונעם קאָמוניסטישן רוסלאַנד און אפֿרת איז מיט דער צײַט געװאָרן אַ חשובֿער סאָװעטישער קונסטפֿאָרשער און כּמעט מער ניט געשריבן אױף ייִדישע טעמעס.
עד–היום האָבן זיך די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור אָפּגעגעבן לרובֿ מיטן ערשטן, מאָדערניסטישן יסוד פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. זײער ציל איז געװען צו װײַזן, אַז די דאָזיקע קולטור געהערט צו דעם אײראָפּעיִשן הױפּטשטראָם און איז בשום־אופֿן ניט צוריקגעשטאַנען. דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר שמואל (סעמועל) ספּינער, „דער ייִדישער פּרימיטיװיזם‟, באַהאַנדלט דעם אַנדערן יסוד, דהײנו, דאָס אָרט פֿון דער „פּרימיטיװער‟ פֿאָלקסקולטור אין דער אױפֿלעבונג פֿון דער ייִדישער קולטור בײַם סוף פֿונעם נײַנצנטן און אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
דעמאָלט האָבן אײניקע אײראָפּעיִשע קינסטלער אַליין אַנטדעקט די קונסט פֿון אַפֿריקאַנער פֿעלקער, װאָס מען האָט געהאַלטן פֿאַר „פּרימיטיװע‟. בײַ ייִדן, האַלט ספּינער, האָט דער דאָזיקער באַגריף געהאַט אַן אַנדער טײַטש. מאָדערנע ייִדישע קינסטלער האָבן געפֿונען די „פּרימיטיװע‟ קולטור ניט אין װײַטע עקזאָטישע קאַנטן מעבֿר–לים, נאָר טאַקע בשכנות, אין די שטעטלעך פֿון מזרח–אײראָפּע. „דער ייִדישער פּרימיטיװיזם איז געװען אַ פּועל–יוצא פֿונעם פּרוּװ צו שאַפֿן און פֿאַרשטאַרקן די אײגענע נאַציאָנאַלע אידענטיטעט דורך דער ייִדישער קולטור‟, דערקערט ספּינער.
די העלדן פֿון ספּינערס שטודיע זײַנען מחברים און קינסטלער, װאָס האָבן אַזױ אָדער אַנדערש געשעפּט פֿון די אוצרות פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסקולטור און חסידות, און אַזױ אַרום געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע מאָדערנע ייִדישע עסטעטיק. ער נעמט אַרײַן די ייִדיש-שפּראַכיקע מחברים, י. ל. פּרץ, ש. אַנ–סקי און דער נסתּר; דעם ייִדיש–העברעיִשן דיכטער אורי–צבֿי גרינבערג, און די דײַטשיש–ייִדישע ליטעראַטן פֿראַנץ קאַפֿקאַ, אַלפֿרעד דעבלין, יוסף ראָט, עלזע לאַסקער–שילער, װי אױך דער פֿאָטאָגראַף, משה װאָראָבײטשיק.
פּרץ פֿאַרנעמט דאָ אַ װיכטיק אָרט װי דער גרונטלייגער. ער האָט ניט סתּם אַרײַנגעפֿלאָכטן עלעמענטן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר אין זײַנע װערק, נאָר האָט זײ שעפֿעריש „איבערגעדיכטעט‟ אין זײַנע זאַמלונגען „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן‟ און „חסידיש‟. להיפּוך צו די משׂכּילים, װעלכע האָבן מבֿטל געװען חסידות, האָט פּרץ געהאַלטן דװקא „שבֿחי הבעש״ט‟ און ר׳ נחמנס „סיפּורי מעשׂיות‟ פֿאַר די יסודותדיקע טעקסטן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. דערבײַ איז פּרצס נוסח פֿון „חסידיש‟ אין גאַנץ אַנדערש פֿון דער רעאַלער חסידישער קולטור פֿון יענער צײַט. פּרץ איז אױפֿגעװאַקסן אין דער מתנגדיש–משׂכּילישער סבֿיבֿה אין דער פּױלישער שטאָט זאַמאָשטש און האָט קנאַפּ געקענט דעם חסידישן לעבן־שטײגער.
בײַ די אַסימילירטע דײַטשיש–שפּראַכיקע שרײַבער װי קאַפֿקאַ און דעבלין האָבן חסידים פֿאַרקערפּערט די „אױטענטישע‟ מזרח–אײראָפּעיִשע ייִדישקײט. קאַפֿקאַ האָט זײ געטראָפֿן אין זײַן שטאָט פּראָג, בעת דעבלין האָט אַנטדעקט חסידים בעת זײַן רײַזע קײן פּױלן נאָך דער ערשטער װעלט–מלחמה. די דאָזיקע באַגעגענישן מיט „אױטענטישע‟ אָבער ביז גאָר פֿרעמדע ייִדן האָבן געשטױסן די אַסימילירטע ייִדישע שרײַבער צו באַטראַכטן זײער אײגענע ייִדישקײט פֿון אַן אַנדערן קוקװינקל.
להיפּוך צו קאַפֿקאַ און דעבלין, האָט יוסף ראָט אַלײן געשטאַמט פֿון גאַליציע, און זײַן שעפֿערישע כּװנה איז געװען אַרויסצורופֿן בײַ זײַנע דײַטשישע לײענער מיטלײַד צו די ייִדישע פּליטים, װאָס האָבן פֿאַרפֿלײצט דײַטשלאַנד און עסטרײַך בשעת און נאָך דער ערשטער װעלט–מלחמה. גרינבערג האָט געהאַט אַ גאָר אַנדערע פּאָליטישע כּוונה: צו מאָביליזירן די „װילדקײט‟ פֿון ייִדן פֿאַרן קאַמף פֿאַר זײער לאַנד אין ארץ–ישׂראל.
אַ גאַנצער קאַפּיטל אינעם בוך איז געװידמעט דעם נסתּרס מעשׂיות פֿון די זאַמלונגען, „געדאַכט‟ און „פֿון מײַנע גיטער‟. די דאָזיקע פֿאַרפּלאָנטערטע טעקסטן לאָזן זיך ניט אױסטײַטשן אױף אַ קלאָרן און דירעקטן אופֿן. ספּינער טענהט, אַז דװקא דאָס איז געװען דעם מחברס כּװנה. דעם נסתּרס מעשׂיות זײַנען אַ מוסטער פֿונעם ליטעראַרישן „פּרימיטיװיזם‟, װאָס ער האָט איבערגענומען פֿון זײַנע פֿאָלקס–מדריכים. דער מחבר זאָגט זיך אָפּ פֿון װאָסער ניט איז קאָנטראָל איבערן סיפּור–המעשׂה, װאָס ער האָט אַלײן אױסגעטראַכט. עס װערן דאָ פֿאַרווישט די גרענעצן צװישן דעם נאַראַטאָר און זײַנע פּערסאָנאַזשן, צװישן אינעװײניקע פֿאַנטאַזיעס און דרױסנדיקער רעאַליטעט, צװישן ייִדישקײט און „װאָסער ניט איז אַלטערנאַטיװן‟, פֿאַרסך–הכּלט ספּינער. און דװקא דאָס איז אַ סימן פֿון דעם ניסתּרס פּאָליטישן ראַדיקאַליזם.
„דער ייִדישער פּרימיטיװיזם‟ באַהאַנדלט אַ װיכטיקן פֿענאָמען פֿון דער ייִדישער קולטור–געשיכטע און שטעלט װיכטיקע פֿראַגן. צי איז פּרץ טאַקע געװען דער גרונטלײגער פֿונעם דאָזיקן קינסטלערישן שטײגער? אמת, ער האָט יאָ געשאַפֿן אײגענע „איבערדיכטונגען‟ פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, אָבער דאָס אײגענע האָט אױך געמאַכט שלום–עליכם אין זײַן ראָמאַן „סטעמפּעניו‟, װאָס באַזירט זיך אױף דעם מחברס פֿאָרשונגען פֿון דער כּלי–זמר–קולטור. און נאָך פֿריִער האָט מענדעלע מוכר–ספֿרים קינסטלעריש געשילדערט אַ גאַנצע כאַליאַסטרע פֿון „פּרימיטיװע‟ ייִדישע טיפּן אין זײַן ראָמאַן, „פֿישקע דער קרומער‟.
ספּינער באַהאַנדלט דעם עסטעטישן און פּאָליטישן אַספּעקט פֿון פּרימיטיװיזם, אָבער באַרירט כּמעט ניט דעם עטישן צד, װאָס איז געװען ספּעציעל װיכטיק פֿאַר אַנ–סקי. װי אַ תּלמיד פֿון רוסישע „נאַראָדניקעס‟ (פֿאָלקיסטן) האָט אַנ-סקי געזוכט בײַם ייִדישן פֿאָלקלאָר עטישע װערטן, װאָס האָבן געשטעלט דאָס ייִדישע פֿאָלק אױף אַ העכערער מאָראַלישער מדרגה אײדער זײערע אײראָפּעיִשע שכנים. בײַ אים איז די ייִדישע פֿאָלקסשאַפֿונג געװען אַ מיטל פֿאַר דער גײַסטלעכער דערציִונג פֿונעם אַסימילירטן רוסישן ייִדנטום. ספּינערס בוך באַהאַנדלט עטלעכע פֿאַרשײדענע בײַשפּילן פֿונעם ייִדישן פּרימיטיװיזם אין קונסט און קולטור, אָבער די ענינים װאָס ער באַרירט זײַנען פֿאָרט אַ סך ברײטער און טיפֿער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO