שוראַ װײַסמאַן, שאַפֿערין פֿון אַנימאַציע־פֿילמען פֿון ייִדישע לידער, איז אַװעקShura Vaisman, who created animation films of Yiddish songs, has died
זי האָט געשאַפֿן פֿילמען פֿון מרדכי געבירטיגס „רײזעלע“ און בײלע שעכטער־גאָטעסמאַנס „װאָס האָט ליב אַ ייִדעלע“
שמיני־עצרת, דינסטיק דעם 28טן סעפּטעמבער איז אין דער שטאָט װאַשינגטאָן אַװעק אין דער אײביקײט די ייִדישע אַנימאַטאָרין און װיסנשאַפֿטלערין, שוראַ (אַלעקסאַנדראַ) װײַסמאַן ז”ל נאָך אַ לאַנגן קאַמף מיט ראַק. זי איז געװען 59 יאָר אַלט.
צוזאַמען מיט איר מאַן און טאָכטער איז שוראַ געװען זײער אַקטיװ אין דער ייִדישער קולטור און קלעזמערװעלט און האָט זיך באַטײליקט אין כּלערלײ ייִדישע געשעענישן, קאָנפֿערענצן, און פֿעסטיװאַלן איבער דער װעלט. אין דעם קאָנטעקסט האָט זי פֿאַרדינט אַ שם פֿאַר איר פֿעיִקער אַרבעט װי אַ װעבזײַטל-דיזײַנערין, אַנימאַטאָרין פֿון קורצע ייִדישע פֿילמען, און אילוסטראַטאָרין.
צװישן אירע פֿאַרשידענע פּראָיעקטן קען מען זען „דאָס װירטועלע שטעטל“ — דאָס ערשטע װעבזײַטל געװימדעט דער ייִדישער קולטור אױף דער אינטערנעץ פֿון די 1990ער יאָרן, װאָס זי האָט געשאַפֿן צוזאַמען מיט איר מאַן, דעם ייִדישיסט און װיסנשאַפֿטלער, יוסף װײַסמאַן. אױף דעם װעבזײַטל קען מען געפֿינען דאָס בלאַט „די ירושה פֿון מײַנע באָבעס“ װאָס ברענגט צוזאַמען ייִדישע װערטלעך און אידיאָמען מיט קאָכרעצעפּטן פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע מאכלים װאָס שוראַ פֿלעגט מאַכן בײַ זיך אין דער הײם.
זי האָט אױך געמאַכט אַ רײ אַנימאַציע־פֿילמען פֿון ייִדישע לידער, צווישן אַנדערע — „רײזעלע“ פֿון מרדכי געבירטיג; „װאָס האָט ליב אַ ייִדעלע“ פֿון בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן; „טיק־טאַק“ פֿון שיקע דריז; און „דאָס נאַרישע מײַזעלע,“ אַ מעשׂהלע פֿון ס. מאַרשאַק, איבערגעזעצט אױף ייִדיש. זי איז אױך געװען אַן אילוסטראַטאָר פֿונעם נײַעם לערנבוך „אין אײנעם“, אַרױסגעגעבן דורכן ייִדישן ביכער־צענטער אין 2020. אין ס’רובֿ פֿון די פּראָעקטן האָט שוראַ צוזאַמענגעאַרבעט בשותּפֿות מיט איר שװאָגער, דעם קינסטלער אַלכּסנדר װײַסמאַן, און דער עיקר מיט איר טאָכטער, דער ייִדישער פּעדאַגאָגין אַסיאַ װײַסמאַן שולמאַן. אַחוץ דעם האָט זי געשאַפֿן אַנימאַציעס פֿון רוסיש־שפּראַכיקע לידער און װעבזײַטלעך אין שײַכות מיט איר װינסשאַפֿטלעכער אַרבעט און אינטערעסן.
שוראַ איז געבױרן געװאָרן אין טשערנאָװיץ אין 1962 (דעמאָלט אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, איצטער אוקראַיִנע), די בת־יחידה פֿון מאַקסים און פֿאַינאַ יאַקאָבזאָן. דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיט איר צוקונפֿטיקן מאַן, יוספֿן, װען זײ זענען געװען נאָר זיבן יאָר אַלט. זײער ליבשאַפֿט האָט זיך צעבליט נאָך דעמאָלט און איז נאָר געװאַקסן מיט דער צײַט. שוראַ האָט שטודירט אין דעם מאָסקװער אינסטיטוט פֿון פֿײַנער כעמישער טעכנאָלאָגיע (Moscow Institute of Fine Chemical Technology), װוּ זי האָט באַקומען אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אין כעמישער טעכנאָלאָגיע אין 1985 און אַ דאָקטאָראַט אין פּאָלימער־כעמיע אין 1989.
אין 1991 האָט די משפּחה עמיגרירט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און זיך באַזעצט קודם אין צפֿון־קאַראָלײַנע און דערנאָך אין בעטעזדע, מערילאַנד. שוראַ איז שטענדיק געװען אַ גרױסע ליבהאָבערין פֿון קונסט און טעאַטער און ספּעציעל — די היגע מוזייען און טרופּעס. אין מערילאַנד האָט זי געאַרבעט מער װי צװאַנציק יאָר װי אַ װיסנשאַפֿטלערין אין די נאַציאָנאַלע אינסטיטוטן פֿאַר געזונט (National Institutes of Health), װוּ זי האָט זיך ספּעציאַליזירט אין דער פֿאָרשונג פֿון דע־ען־אַ רעפּליקאַציע און אַנדערע טעמעס. זי האָט אַרױסגעגעבן מער װי 60 אָפֿט־ציטירטע װיסנשאַפֿט־אַרבעטן.
שוראַ האָט פֿאַראָבֿלט איר מאַן, יוסף װײַסמאַן, אירע עלטערן — מאַקסים און פֿאַינאַ יאַקאָבזאָן, איר טאָכטער — אַסיאַ װײַסמאַן שולמאַן, איר אײניקל, צינע־חיה שולמאַן און מיך, איר אײדעם. מע װעט זי געדענקען איבעראַל פֿאַר איר איבערגעגעבנקײט, ברײטהאַרציקײט, פֿעסטקײט און איר שטענדיקן לעבנס־דאָרשט.
אין די קומענדיקע חדשים װעט די משפּחה מעלדן אַ נײַע איניציאַטיװ לזכּרון שוראַן װאָס װעט אונטערשטיצן דאָס װײַטער שאַפֿן ייִדישע אַנימאַציע־פֿילמען.
כּבֿוד איר ליכטיקן אָנדענק.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor