Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וויפֿל ייִדישע שפּראַכן זענען דאָ אויף דער וועלט?How many Jewish languages are there in the world?

די מחברים פֿונעם לעקסיקאָן האָבן געפֿונען 48 „ייִדישע‟ שפּראַכן אָבער האָבן פֿאַרפֿעלט עטלעכע אַנדערע.

Aaron D. Rubin and Lily Kahn

Jewish Languages from A to Z

Routledge Press, 246 pp.


װאָס איז אַזױנס אַ „ייִדישע‟ שפּראַך? זינט מאַקס װײַנרײַכס האָט געשטעלט די דאָזיקע פֿראַגע אין זײַן בוך, „געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, פֿאַרבלײַבט דער דאָזיקער באַגריף אַן ענין פֿון װיסנשאַפֿטלעכע װיכּוחים צװישן שפּראַך–פֿאָרשער.

אין משך פֿון דער לאַנגער געשיכטע האָבן זיך ייִדן באַנוצט מיט הונדערטער פֿאַרשײדענע שפּראַכן. צו מאָל זײַנען די שפּראַכן געװען כּמעט אידענטיש מיט די שפּראַכן פֿון די אַרומיקע פֿעלקער, צו מאָל האָבן ייִדן אַנטװיקלט אַן אײגענע שפּראַך. אָבער װאָס זײַנען די סימנים פֿון דער „ייִדישקײט‟ אין אַ שפּראַך? און װוּ ליגט די גרענעץ צװישן אַ ייִדישן דיאַלקעט פֿון אַ ניט–ייִדישער שפּראַך און אַ פֿולבלוטיקער ייִדישער שפּראַך?

די פּראָפֿעסאָרן אהרן רובין און לילי קאַן האָבן צונויפֿגעשטעלט אַ קורצן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן, „ייִדישע שפּראַכן פֿון A ביז Z‟, וווּ זיי שרײַבן אַז עס זײַנען דאָ עטלעכע סימנים פֿון דער לינגװיסטישער „ייִדישקײט‟. ערשטנס, דער העברעיִשער כּתבֿ; צװײטנס, לײַװערטער פֿון לשון–קודש אָדער ייִדישע מקורים; און דריטנס, אײגנאַרטיקע „ייִדישע‟ עלעמענטן פֿון גראַמאַטיק, אַרױסרײד אָדער װאָקאַבולאַר. אײניקע שפּראַכן, װי למשל ייִדיש אָדער לאַדינאָ, פֿאַרמאָגן אַלע דרײַ סימנים, בעת אַנדערע, װי למשל דער לשון פֿון גרוזינישע ייִדן, זײַנען כּמעט אידענטיש מיט דער לאַנדשפּראַך פֿון זײערע ניט–ייִדישע שכנים.

אינעם בוך באַהאַנדלען רובין און קאַן 48 שפּראַכן במשך פֿון 42 קאַפּיטלען. דאָס בוך איז אָנגעשריבן פֿאַרן מאַסן–לײענער אין אַ לײַכטן און צוטריטלעכן טאָן אָבער מיט זײער אַן אינפֿאָרמאַטיװן סטיל. ייִדיש האָט דאָ זוכה געװען דרײַ קאַפּיטלען: אַלט–ייִדיש; די מאָדערנע כּלל–שפּראַך און די הײַנטצײַטיקע חסידישע שפּראַך. גאַנץ ניצלעך זײַנען בײַשפּילן, װאָס װערן געדרוקט סײַ אינעם אָריגינעלן כּתבֿ סײַ אין דער ייִװאָ-טראַנסקריפּציע, װי אױך פֿאַרביקע אילוסטראַציעס מיט אימאַזשן פֿון אָריגינעלע מקורים, צװישן זײ — אַן אָפּדרוק פֿון אַן אַרטיקל פֿונעם „פֿאָרװערטס‟.

אַ שאָד נאָר, װאָס די מחברים דערמאָנען ניט די הײַנטצײַטיקע ליטעראַרישע שאַפֿונגען פֿון אַזעלכע מחברים װי באָריס סאַנדלער, װעלװל טשערנין, שלום בערגער און אַנדערע שרײַבער און דיכטער. דער לײענער קען מײנען, אַז דער כּלל–ייִדיש לעבט הײַנט, דער עיקר, צװישן געצײלטע ענטוזיאַסטן, אין דער קלעזמער–מוזיק און אױף לערן–קורסן אָבער האָט ניט קײן אײנענע ליטעראַטור.

רובין און קאַן דיסקוטירן אויך דעם חסידישן ייִדיש, הײַנט דער סאַמע פֿאַרשפּרײטער נוסח פֿון דער ייִדישער שפּראַך. חיות װי ער האָט זיך אַנטװיקלט אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע אַכציק יאָר, באַזונדער פֿון דער װעלטלעכער כּלל–שפּראַך, האָט דער חסידישער ייִדיש באַקומען אײגנאַרטיקע לינגװיסטישע סימנים–מובֿהקים. למשל, ער האָט אָנגעװױרן דעם גראַמאַטישן מין. אַנשטאָט די באַשטימטע אַרטיקלען „דער‟, „דאָס‟ און „די‟ נוצן די חסידים אין זײער רײד בלױז אײן אַרטיקל „דע‟, װאָס האָט ניט קײן גראַמאַטישן מין. אין די געשריבענע חסידישע טעקסטן באַװײַזן זיך יאָ אַלע דרײַ פֿאָרמען פֿונעם אַרטיקל, אָבער זײַ שטימען ניט מיטן ריכטיקן גראַמאַטישן מין פֿונעם וואָרט. אין אַמעריקע װערן אַ היפּשע צאָל טאָג-טאָגלעכע װערטער געבאָרגט פֿון ענגליש, אַזעלכע װי „װינדע‟ אַנשטאָט „פֿענצטער‟.

דער סך–הכּל פֿונעם דאָזיקן קאַפּיטל שטעלט פֿעסט: „דער חסידישער ייִדיש איז אַ לעבעדיקע מאָדערנע שפּראַך, װאָס װערט גענוצט פֿון הונדערטער טױזנטער מענטשן איבער דער גאַנצער װעלט, מיט די אײגענע מעדיאַ־מיטלען און ליטעראַטור, בעת כּלל–ייִדיש איז דער לימוד פֿון קורסן און לערנביכער אין אוניװערסיטעטן און זומער–פּראָגראַמען. דער חסידישער ייִדיש איז דער נוסח, װאָס האָט דעם בעסטן שאַנס אױף צו פֿאַרבלײַבן אױף להבא.‟ די פֿראַגע װאָס בלײַבט דאָ ניט באַהאַנדלט איז צי באַטרעפֿן די דיאַלעקטן פֿונעם ייִדישן לשון, װאָס חסידים רעדן אין אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער אײן שפּראַך, און װי אַזױ קען זיך די דאָזיקע שפּראַך אַנטװיקלען אָן קײן שום כּללים.

העברעיִש האָט באַקומען אַזש פֿינף היסטאָרישע קאַפּיטלען: אַלטצײַטישע אַרכעאָלאָגישע אױפֿשריפֿטן; דאָס לשון פֿונעם תּנ״ך; דאָס רבנישע לשון, די שפּראַך פֿון דער השׂכּלה און דער מאָדערנער עבֿרית. גענומען אין אײנעם, דינען די דאָזיקע פֿינף קאַפּיטלען װי זײער אַ נוצלעכער װעגװײַזער איבער העכער װי דרײַ טױזנט יאָר פֿון דער געשיכטע פֿון דער העברעיִשער שפּראַך, פֿון די אױפֿשריפֿטן אױף שטײנער אינעם אַזױ–גערופֿענעם פּאַלעאָ–העברעיִשן כּתבֿ אין ארץ–כּנען ביזן הײַנטיקן עבֿרית פֿון דער סאָציאַלע מעדיאַ.

די סאַמע טשיקאַװע קאַפּיטלען דערצײלן װעגן די עקזאָטישע „ייִדישע‟ שפּראַכן, ווי פּאַפּיאַמענטאָ. דאָס איז די קרעאָלישע שפּראַך, װאָס מען רעדט אױף די קאַריבישע אינדזלען אַרובאַ, באָנער און קוראַסאַאָ. אינעם 17טן יאָרהונדערט איז קוראַסאַאָ געװאָרן דער צענטער פֿון האַנדל אין אַפֿריקאַנער שקלאַפֿן, װאָס די האָלענדער האָבן געליפֿערט אין די שפּאַנישע קאָלאָניעס אין אַמעריקע. אַ געװיסע צאָל שקלאַפֿן זײַנען פֿאַרבליבן אױפֿן אינדזל און מיטגעבראַכט זײער שפּראַך. די ספֿרדים, װאָס זײַנען געקומען פֿון האָלאַנד, האָבן געמאַכט זײער בײַטראָג אין דער אױספֿורעמונג פֿון דער אײגנאַרטיקער שמעלצשפּראַך פֿון שפּאַניש, פּאָרטוגעזיש, האָלענדיש װי אױך די אַפֿריקאַנער שפּראַכן.

דער סאַמע עלטסטער דאָקומענט אױף פּאַפּיאַמענטאָ איז טאַקע אַ ליבע–בריװ פֿון אַ ספֿרדישן ייִד צו זײַן קאָכאַנקע, װאָס איז אָנגעשריבן אינעם העברעיִשן כּתבֿ. װען ייִדן האָבן גערעדט פּאַפּיאַמענטאָ, האָבן זײ גענוצט אײניקע העברעיִשע װערטער, װאָס זײַנען געװען ניט־באַקאַנט די ניט–ייִדן. הײַנט װױנען אױף קוראַסאַאָ עטלעכע הונדערטער ייִדישע נפֿשות, און אײניקע פֿון זײ רעדן טאַקע פּאַפּיאַמענטאָ.

„עס איז מסתּמא אַ גוזמא צו זאָגן אַז פּאַפּיאַמענטאָ איז אַ ייִדישע שפּראַך‟, שרײַבן די מחברים. „אָבער היות װי ייִדן האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן די דאָזיקע שפּראַך, װאָס איז הײַנט אײנע פֿון די סאַמע לעבעדיקסטע קרעאָלישע שפּראַכן אין אַמעריקע, און היות װי דער סאַמע ערשטער שריפֿטלעכער מקור אין דער דאָזיקער שפּראַך איז אַ ייִדישער בריװ, האָט פּאַפּיאַמענטאָ פֿאַרדינט אַ פּלאַץ אין דער ייִדישער לינגװיסטישער געשיכטע.‟

אַזאַ מין פּאָפּולער בוך קען אַװדאי ניט זײַּן אַרומנעמיק, און מען קאָן דאָ געפֿינען אײניקע בלױזן. די מחברים האָבן זיך פֿאַרלאָזט, דער עיקר, אױף שריפֿטלעכע מקורים. עס פֿעלט דאָ לגמרי די גאַנצע רײַכע פֿילשפּראַכיקע קולטור פֿונעם מזרח–אײראָפּעישן ייִדישן פֿאָלקלאָר, װאָס פֿאַרמאָגט אַ סך אינטערעסאַנטע לידער און זאָגעכצן מיט פּױלישע, װײַסרוסישע און אוקראַיִנישע עלעמענטן. ספּעציעל אינטערעסאַנט זײַנען די לידער פֿון חב״דניקעס, װאָס מישן סלאַװישע שפּראַכן מיט לשון–קודשדיקע װערטער. די דאָזיקע מוסטערן פּאַסן גאַנץ גוט צו דער ברײטער דעפֿיניציע פֿון „ייִדישע שפּראַכן‟ און זײַנען גאַנץ װיכטיק פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך–געשיכטע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.