„קעניג אַרטורס הויף‟ אויף ייִדיש און אַנדערע טעמעס בײַם טריִער ייִדיש־סימפּאָזיום‘King Arthur’s Court’ in Yiddish and other topics at Trier Yiddish Symposium
מע האָט אויך רעפֿערירט וועגן די פּורים־קראַנטן אין האָלאַנד און אַ ייִדישע קאָמעדיע וועגן די טעאָריעס פֿונעם פֿילאָסאָף, אימאַנועל קאַנט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
יעדן האַרבסט קומט אין דײַטשלאַנד פֿאָר אַ ייִדיש־סימפּאָזיום, אָדער אין טריִער, אָדער אין דיסלדאָרף. הײַיאָר, פֿונעם 4טן ביזן 6טן אָקטאָבער, האָט מען זיך געטראָפֿן אין טריִער, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג, אָבער צוליב קאָוויד האָט מען זיך געטראָפֿן אָנלײַן. עס זענען געווען עטלעכע אינטערעסאַנטע סעסיעס דאָרט, וויל איך דאָ איבערגעבן אַ ביסל וועגן זיי.
געוויינטלעך פֿאַראינטערעסירן מיך נישט די לעקציעס וועגן מערבֿ־ייִדיש — צום טייל ווײַל כ׳בין נישט קיין לינגוויסט, און אָפֿט מאָל, וועלן געוויסע ענטוזיאַסטן פֿון דעם דיאַלעקט רעדן אויף דער טעמע, ניצן זיי אַזוינע קאָמפּליצירטע לינגוויסטישע טערמינען אַז עס ווערט גיך אַבסטראַקט און טרוקן, לכל־הפּחות פֿאַר מיר.
מרים אַפּטרוטס רעפֿעראַט וועגן די אַמסטערדאַמער פּורים־קראַנטן איז אָבער געווען זייער אינטערעסאַנט. פּורים־קראַנט איז דער האָלענדישער טערמין פֿאַר פּורים־בלעטלעך — פּאַמפֿלעטן פֿון עטלעכע זײַטלעך וואָס מע פֿלעג אָפּדרוקן כּדי צו פֿאַרווײַלן די ייִדן פּורים־צײַט. צו קריגן די בלעטלעך האָט מען געדאַרפֿט צאָלן ווײַל די מחברים האָבן געהאָפֿט צו פֿאַרדינען אַ ביסל דערפֿון. דעריבער האָבן די רײַכע לײַט געלייענט די בלעטלעך, נישט די אָרעמע.
און די בלעטלעך האָבן טאַקע געשפּרודלט מיט הומאָר. די העלדן האָבן, למשל, געהאַט קאָמישע נעמען ווי פּוטערקוכן און וואַסערלאָך. ווי אַפּטרוט האָט דערציילט, זענען דאָס טאַקע נעמען פֿון אמתע מענטשן!
דרײַ פֿאָרשערינס, פּראָפֿ׳ אַשטריד לעמבקע, אינאַ שפּעצקע און טאַטיאַנאַ מײַסלער האָבן רעפֿערירט וועגן אַ ייִדישן ריטער־ראָמאַן פֿון מיטל־אַלטער וועגן דעם קעניג אַרטורס הויף, מיטן טיטל, „ווידווילט‟. זיי האָבן געוויזן דעם עולם דרײַ האַנט־געשריבענע כּתבֿ־ידן פֿונעם 16טן יאָרהונדערט — מסתּמא פֿון צפֿון־איטאַליע — וואָס זענען לכתּחילה געווען שווער צו דעשיפֿרירן אָבער ניצנדיק געוויסע דיגיטאַלישע מיטלען האָבן זיי דערמעגלעכט אַז מע זאָל זיי יאָ קענען לייענען. ס׳איז געווען פֿאַרכאַפּנדיק צו זען ווי מע קען הײַנט דעשיפֿרירן אַלטע טעקסטן דורך דיגיטאַלישע מיטלען. מיר איז אַוודאי אויך געווען טשיקאַווע צו זען אַ גוייִשער ריטער־ראָמאַן אויף ייִדיש.
מאַרק קאַפּלאַן האָט דיסקוטירט אַ בוך פֿון יצחק אויכל, אַ ייִדישן תּלמיד פֿונעם פֿילאָסאָף, אימאַנועל קאַנט, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ קאָמעדיע, „ר׳ הענעך, אָדער וואָס טוט מען דערמיט?‟ אין דעם בעלעטריסטישן ווערק דרשנט אויכל וועגן קאַנטס טעראָריע איבער שפּראַכן. פֿון איין זײַט איז דאָס רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש שוין דעמאָלט געווען אַ וויכטיקער אויסדרוק פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט האָבן די מסכּילים שטאַרק געוואָלט זיך צושאַרן צו דער אייראָפּעיִשער עליטע, בפֿרט די „אויפֿגעקלערטע‟ דענקער, און דאָס צו טאָן האָט מען זיך געדאַרפֿט אַסימילירן.
טאַקע דערפֿאַר געפֿינט זיך אויכלס העלד אין אַ „סכיצאָפֿרענישער‟ פּאָזיציע פֿון נישט פֿאַרלירן זײַן עטנישע אידענטיטעט און גלײַכצײַטיק זיך אײַנגלידערן אין דער אַריסטאָקראַטיע. אויכל דערמאָנט אויך דעם אויפֿגעקלערטן ייִדישן דענקער, משה מענדעלסאָן, וואָס וויל שאַפֿן אַ האַרמאָניע צווישן דער שפּראַך און קולטור, אָבער לויט אויכל, איז דאָס אַ פֿילאָסאָפֿישע און אידעאָלאָגישע סתּירה פֿון דער השׂכּלה.
אַיאַ עליאַדאַ האָט גערעדט וועגן דער „צאינה־ראינה‟, אויך באַקאַנט ווי דער „ווײַבער חומש‟ — אַ פֿרײַ באַאַרבעטער חומש אויף עבֿרי־טײַטש פֿאַר פֿרויען און ניט־געבילדעטע ייִדן וואָס גיט זײ אַן אַרײַנפֿיר צו דער תּורה, פֿון אַ פֿרויס קוקווינקל. כאָטש דער מחבר, ר׳ יעקבֿ בן־יצחק אַשכּנזי, האָט עס אָנגעשריבן פֿאַר דער השׂכּלה, אין 16טן יאָרהונדערט, איז עס געבליבן פּאָפּולער ביזן אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
אָבער בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט, צוליב דעם וואָס מע האָט ביז דעמאָלט בכלל נישט דערהײַנטיקט די צאינה־ראינה זינט דעם 17טן יאָרהונדערט, האָט דאָס בוך אָנגעהויבן אויסזען בײַ אַ סך פֿרויען אַלט־מאָדיש. רבנים און אַנדערע ייִדישע כּלל־טוער האָבן זיך געזאָרגט וואָס אַ סך ייִדישע פֿרויען האָבן אָנגעהויבן לייענען דײַטשישע ראָמאַנען און זשורנאַלן און אויפֿגעהערט היטן שבת, און דערפֿאַר האָבן צוויי פֿון זיי — יהודה קראַוס און ליבמאַן אַדלער — אַרויסגעגעבן באַזונדערע איבערזעצונגען פֿון דער צאינה ראינה אויף דײַטש. זיי האָבן געהאָפֿט אַז ווען די מיידלעך און פֿרויען וועלן לייענען די צאינה־וראינה, אַפֿילו אויף דײַטש, וועט זי בײַ זיי אָנפֿילן דאָס האַרץ מיט אמונה.
און דאָ ליגט טאַקע אַ טשיקאַווער פּאַראַדאָקס: אַז מע האט געדאַרפֿט מאָדערניזירן אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן ספֿר כּדי צו פֿאַרהיטן קעגן עמאַציפּירונג. דאָס איז אָבער אַ פֿאַרשטענדלעכע זאַך ווײַל כאָטש אַזוינע אַלטע ווערק זענען אפֿשר געווען שטאַרק פֿאַרעלטערט, גיבן זיי פֿאָרט אַ לעבן־קאָמפּאַס און אַ מיטל אויפֿצוהיטן אַ מענטשנס אמונה.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

