אויסצוג פֿון אַ ייִדיש ליד וועגן קובאַנער פֿרײַהייט־קעמפֿער, האַטוּייExcerpt of Yiddish poem about Cuban freedom fighter, Hatuey
אָשר פּיניסעס ליד איז כּדאַי צו דערמאָנען די וואָך, לכּבֿוד דעם טאָג פֿון די עלטסט־געזעסענע פֿעלקער וואָס איז אויסגעפֿאַלן דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק

Graphic by Angelie Zaslavsky
לכּבֿוד דעם טאָג פֿון די עלטסט־געזעסענע פֿעלקער (Indigenous People‘s Day, בלע״ז), וואָס מע פּראַוועט הײַנטיקע צײַטן גלײַכצײַטיק מיט קאָלומבוס־טאָג, וויל איך דאָ ברענגען אַן אויסצוג פֿון דער פּאָעמע, „האַטוּיי‟, געשריבן פֿונעם קובאַנער ייִדישן שרײַבער, אָשר פּען.
האַטוּיי איז די לעצטע יאָרן געוואָרן אַן אינספּיראַציע בײַ ייִדישיסטן און אין 2018נ האָט דער כּלי־זמר שטערן פֿרענק לאָנדאָן אַפֿילו פּראָדוצירט אַן אָפּערע וועגן אים.
האַטוּיי איז געווען אַן עלטסט-געזעסענער פֿרײַהייט־קעמפֿער פֿונעם סיבאָנייער שבֿט בעת קאָלומבוסעס צײַטן. אין דער סצענע ווערט האַטוּיי פֿאַרכאַפּט פֿון די קאָנקיסטאַדאָרן און מע גרייט זיך אים צו פֿאַרברענען אויפֿן שייטער.
אַ גלח קומט צו און רופֿט אים צו דערקלערן זײַן גלויבן אין יעזוס קריסטוסן כּדי ער זאָל קענען אַרײַן אין גן־עדן. האַטוּיי דערקלערט ווײַטער זײַן גלויבן אינעם סיבאָנייער גאָט, סעמי, וואָס, לויט די גלייביקע אין אים, באַשיצט דעם שבֿט און הערשט איבער דער ערד און די ימען. אָט איז האַטוּייס ענטפֿער אויפֿן גלחס „פֿאָרלייג‟:
די ערד און דעם ים!
און דו גיסט מיר דעם הימל!
אַהין גייען ווײַסע, וואָס זענען אויך פֿײַן?!
אָ ווײַסער, דו גלח,
איך וויל ניט אַהינצו!
אָט דאָרט וווּ אַ ווײַסער, וויל איך מער ניט זײַן!
און איך וויל דאָ שטאַרבן אין אייגענעם גלויבן,
דאָס גלויבן אין פֿרײַהייט
גיט אייביקן מוט!
און טרייסט מיך ניט, גלח —
דײַן טרייסט איז מיר איבעריק,
דער גאָט פֿון דײַן טרייסט
איז דאָס גאָלד און דאָס בלוט!
און געשטאַנען דער גלח מיט שוים אויף די ליפּן.
מיט יעזוס און צלם פֿאַרקלעמט אין די הענט.
און ס׳האָבן פֿון פֿײַער
געהויבן זיך צונגען,
צום גלח, צום צלם
אַזוי ווי געשפּרונגען,
צום יעזוס געשפּרונגען און שטאַרקער געברענט.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

