Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישער פֿאָלקלאָר אינספּירירט די אַמעריקאַנער קינסטלערין, כינקע אָליןYiddish folklore inspires American artist Debra Olin

ש. אַנ־סקיס עטנאָגראַפֿישע אַנקעטע װערט מגולגל אין אַ קונסט־אויסשטעלונג בײַם „עלדרידזש–סטריט מוזיי‟ אין ניו–יאָרק.

ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, האָט דער רוסיש־ייִדישער כּלל–טוער, שרײַבער און פֿאָרשער פֿון עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר, ש. אַנ-סקי, אין די יאָרן 1912 – 1914 דורכגעפֿירט עטלעכע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין די ייִדישע שטעטלעך װאָלין און פּאָדאָליע אין אוקראַיִנע.

זײַן צװעק איז געװען צו זאַמלען די אוצרות פֿון דער ייִדישער מאַטעריעלער און גײַסטלעכער פֿאָלקקולטור, בפֿרט פֿאָלקלאָר און כּלערלײ כּלים װי מנורות, פּרוכתן וכּדומה. דער מעטאָדאָלאָגישער יסוד פֿאַר דעם דאָזיקן פּראָיעקט איז געװען „די ייִדישע עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם‟, אַן אַנקעטע פֿון העכער װי צװײ טױזנט פּרטימדיקע פֿראַגעס, װאָס די פֿאָרשער האָבן געדאַרפֿט שטעלן פֿאַר זײערע אינפֿאָרמאַנטן. די פֿראַגעס אינעם ערשטן טײל פֿון דער פּראָגראַם, װאָס האָט געהײסן „דער מענטש‟, האָבן באַהאַנדלט אַלע אַספּעקטן פֿונעם מענטשנס לעבן, אָנהײבנדיק נאָך פֿאַרן געבױרן װערן ביז נאָכן טױט.

אַנ-סקי איז ניט געװען קײן אַקאַדעמישער פֿאָרשער. זײַן עטנאָגראַפֿישער פּראָיעקט האָט געהאַט אַ ברײטערן ציל: אױפֿצובױען אַ קולטורעלע בריק צװישן דעם ייִדישן עמך אינעם תּחום-המושבֿ און די אַסימילירטע רוסישע ייִדן אין די גרױסע שטעט, בפֿרט אין פּעטערבורג. אַנ-סקי האָט געװאָלט אומקערן די אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן צו די קולטורעלע שורשים פֿון זייער אייגענעם פֿאָלק, װאָס ער האָט דערקלערט פֿאַר דער „תּורה שבעל–פּה‟.

זײַן האָפֿענונג איז געווען אויפֿצושטעלן אַ ייִדישן מוזיי אין פּעטערבורג. די ערשטע װעלט–מלחמה און די רוסישע רעװאָלוציע האָבן אַ תּל געמאַכט פֿון אַנ–סקיס עטנאָגראַפֿישע פּראָיעקטן, און זײַן זאַמלונג איז סוף–1920ער יאָרן קאָנפֿיסקירט געװאָרן דורך די סאָװעטן. הײַנט איז זי צעזײט צװישן מוזײען און אַרכיװן פֿון פּעטערבורג, קיִעװ און מינסק.

אַנ–סקיס עטנאָגראַפֿישע פּראָגראַם איז אַ װיכטיקער היסטאָרישער און קולטורעלער דאָקומענט. די פֿראַגעס גופֿא פֿאַרמאָגן אַ סך װיכטיקע אינפֿאָרמאַציע װעגן ייִדישע פֿאָלסטימלעכע מינהגים און גלײבענישן. דער טעקסט, װאָס איז דערשינען אױף ענגליש אין 2011 מיט פּרטימדיקע הערות פֿון פּראָפֿעסאָר נתניאל דױטש, האָט אינספּירירט די קינסטלערין כינקע אָלין צו שאַפֿן קונסטװערק אױפֿן סמך פֿון אַנ־סקיס מאַטעריאַל, וואָס מע קען איצט זען אויף אַן אויסשטעלונג מיטן נאָמען, „יעטװעדע באַשיצונג‟, אינעם מוזיי פֿון דער שיל אױף עלדרידזש–סטריט אין ניו–יאָרק ביז אַפּריל 2022.

אָלין האָט אױסגעקליבן דעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַן פּראָגראַם באַטיטלט „דאָס קינד. פֿון יצירת הװלד ביז דעם חדר‟. אַנ-סקיס פֿראַגעס זײַנען גאַנץ קאָנקרעט און פּראַקטיש, װי למשל: „װאָסערע שמירות, שפּרוכן און מיטלען װערן אָנגענומען, אַז מען זאָל האָבן געראָטענע קינדער?‟ צום באַדױערן, זײַנען צו אונדז ניט דערגאַנגען די ענטפֿערס אױף דער דאָזיקער אַנקעטע, װאָס אַנ-סקי האָט אָנגעזאַמלט. אָלין טוט ניט קײן פּרוּװ צו געבן אירע אײגענע ענטפֿערס דורך אירע קונסטװערק. פֿאַרקערט, זי איז אױסן צו באַטאָנען דעם טיפֿן סימבאָלישן און מיסטישן זין, װאָס איז פֿאַרבאַהאַלטן אין אָט די פֿראַגעס.

אין דער אױסשטעלונג געפֿינען זיך נײַן קאָלאַזשן פֿון װײַבערישע בגדים מיט טעקסטן גענומען פֿון אַנ–סקיס שאלות. דאָס ווערק, „פֿון דער תּורה שבעל–פּה‟, באַשטײט פֿון פֿיר קלײדער װאָס הענגען פֿונעם באַלקאָן פֿון עזרת–נשים, יעדעס פֿון זיי איבערגעפֿלאָכטן דורך סטענגלעך מיט פֿראַגעס.

olin

Debra Olin, “From the Oral Torah”

די כּװנה פֿון אירע װערק, דערקלערט אָלין, איז צו „שאַפֿן אַ סימבאָלישע שפּראַך צו באַטאָנען די גלײבענישן, באַװאָרענישן, מינהגים און אָבסערװאַציעס װאָס לאָזן זיך איבערזעצן, דערקענען און אָפּשאַצן דורך מענטשן פֿון יעטװעדער קולטור.‟ און טאַקע, װי עס דערװײַזט פּראָפֿעסאָר דױטש אין זײַנע געלערנטע הערות צו אַנ–סקיס פּראָגראַם, זײַנען אַ סך ייִדישע גלײבענישן ענלעך צו דעם פֿאָלקלאָר פֿון די אַרומיקע סלאַװישע פֿעלקער.

olin

Debra Olin, “Every Protection”, monoprint collage Image by Bill Kipp

װען ייִדן האָבן אימיגרירט פֿון רוסלאַנד און פּױלן קײן אַמעריקע, האָבן זײ איבערגעלאָזט אַ היפּשן טײל פֿון זײער פֿאָלקלאָר אין דער אַלטער הײם. זײערע אַלט–פֿרענקישע גלײבענישן און מינהגים האָבן זיך ניט אַרײַנגעפּאַסט אינעם מאָדערנעם אַמעריקאַנער לעבן־שטײגער. די אימיגראַנטן האָבן גיכער געוואָלט צופּאַסן זײער ייִדישקײט צום פּראָטעסטאַנטישן מוסטער און באַזײַטיקן דערפֿון „פּרימיטיװע‟ עלעמענטן. און װי עס קומט פֿאָר כּסדר אין דער קולטור–געשיכטע, דאַרף מען האָבן אַ געװיסע דיסטאַנץ, כּדי אָפּצושאַצן די פֿאַרגעסענע און אָפּגעװאָרפֿענע קולטור־ירושה.

olin

Debra Olin, “The Importance of Play 2”, Monoprint collage Image by Bill Kipp

דער אינטערעס צו ש. אַנ-סקיס פּערזענלעכקײט און צו זײַן פֿילזײַטיקער טעטיקײט האָט זיך באַנײַט סוף–1970ער יאָרן, סײַ אין אַמעריקע סײַ אין דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אין אַמעריקע איז אַנ–סקי געװאָרן אַ מין קולטורעלער העלד בײַם נײַעם דור ייִדישיסטן — אַ סאָרט בעל–תּשובֿה, װאָס האָט זיך אומגעקערט צו ייִדיש און ייִדישקײט נאָך דעם, װי ער האָט שױן געמאַכט אַ הצלחהדיקע קאַריערע בײַ די „גױים‟.

אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד האָט מען אים גענומען פֿאַר אַ װעגװײַזער אינעם פֿעלד פֿון דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט אַנ–סקיס אַנקעטע ווײַטער אַ פּראַקטישע ווערט, און מען קען זי ווײַטער ניצן פֿאַרן אױספֿרעגן ייִדישע תּושבֿים אין די אַמאָליקע שטעטלעך.

אָלינס קינסטלערישער כּוח–הדמיון האָט איבערגעטײַטשט אַנ–סקיס עטנאָגראַפֿישע פֿראַגעס אױף אַן אײגנאַרטיקן סימבאָלישן לשון. דער דאָזיקער ענין װערט באַהאַנדלט אין די סאַמע ערשטע פֿראַגעס פֿון אַנ–סקיס פּראָגראַם, װאָס מען קאָן אָנרופֿן דער בראשית פֿון דער פֿאָלקלאָרישער „תּורה שבעל–פּה‟: „װאָס פֿאַר אַ פֿאָרשטעלונג [באַגריף] איז פֿאַראַן װעגן דער נשמה פֿון אַ מענטש אײדער זי קומט אַרײַן אין גוף?‟; „אין װעלכן מאָמענט רעכנט מען קומט אַרײַן די נשמה אין גוף פֿון װלד?‟ און „װי אַזױ קומט פֿאָר דאָס אַרײַנקומען פֿון דער נשמה אין גוף?‟

olin

Debra Olin, “T-shirt Totem”, monoprint collage. Image by Bill Kipp

די קלײדער פֿון אָלינס אינסטאַלאַציע דינען טאַקע װי פּרעכטיקע שאָלעכצן, װאָס פֿאַרבאַהאַלטן אַ געהײמען רוחניותדיקן קערן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.