Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דעם פּאָעט משה קולבאַקס שאַפֿערישע תּקופֿה אין בערליןMoshe Kulbak’s blossoming as a poet in Berlin

הײַיאָר, בעת מיר מערקן אָפּ 125 יאָר זינט זײַן געבורט, ברענגען מיר דאָ עטלעכע אויסצוגן פֿון זײַן פּאָעזיע און אַ ביסל געשיכטע וועגן זיי

הײַיאָר איז געוואָרן 125 יאָר זינט דעם געבורט פֿונעם גרויסן ייִדישן דיכטער, פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג, באַליבטער ווילנער ייִדישער לערער און וויסנשאַפֿטלער — משה קולבאַק.

אין ווילנע, אינעם מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון סאַמועל באַק, איז די וואָך פֿאָרגעקומען אַן אָוונט געווידמעט דעם פּאָעט. גלײַכצײַטיק האָט מען אָבער אויך אָפּגעמערקט זײַן יאָרצײַט, ווי איינער פֿון די מער ווי הונדערט ייִדישע און ווײַסרוסישע קולטור־טוער וואָס זײַנען דערשאָסן געוואָרן דורך די סאָוועטן במשך פֿון דער נאַכט פֿונעם 29סטן און 30סטן אָקטאָבער 1937.

אויף דער אונטערנעמונג האָט דער ליטווישער דיכטער, פֿאָרשער און איבערזעצער, ד״ר מינדאַוגאַס קוויעטקאַוסקאַס, פֿאָרגעלייענט פֿון קולבאַקס ווערק.

די אומגעבראַכטע אין יענער נאַכט זײַנען געווען די סאַמע באַטײַטנדיקע פֿיגורן פֿון ביידע נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן. קולבאַקס ווערק זײַנען באַקאַנט סײַ פֿאַר זייערע ייִדיש־פֿאַלקסטימלעכע מאָטיוון און סײַ צוליב זייער מאָדערניזם און בולטער אייגנאַרטיקייט. כאַראַקטעריסטיש פֿאַר קולבאַקס פּאָעזיע און פּראָזע איז די שפּאַנונג וואָס וואַקלט זיך צווישן ייִדישקייט, דער נאַציאָנעלער אידעאָלאָגיע און אַנדערע קולטורן, צווישן ראָמאַנטיזם און רעאַליזם, צווישן נאָסטאַלגיע און אַפּאָקאַליפּסע, צווישן זײַן ליבשאַפֿט צום ייִדישן פֿאָלק און דעם עכטן סאָציאַל־רעאַליסטישן אימאַזש פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

קולבאַק, איינער פֿון די שוואַלבן וואָס האָבן אָנגעזאָגט דעם ייִדישן מאָדערניזם, איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל סמאָרגאָן (הײַנט ווײַסרוסלאַנד). צו 13 יאָר האָט ער אָנגעהויבן לערנען אין דער באַרימטער וואָלאָזשינער ישיבֿה, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט דער וועלטלעכער ליטעראַטור און די ווערק פֿון די גרויסע רוסישע שרײַבער. ניט געקוקט אויף זײַן פֿרי־פֿאַרשניטענעם לעבן, האָט דאָס לויטערע, שפּירעוודיקע קול זײַנס – דאָס שופֿר־בלאָזן פֿונעם ייִדישן אַוואַנגאַרד, וואָס האָט זיך דערהערט אַ סך יאָרן פֿאַר די גרעסטע ייִדישע שרײַבער פֿון „יונג־ווילנע“— געשפּילט אַ מערקווערדיקע ראָלע אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע און איז געווען באַזונדערס וויכטיק פֿאַר די ווילנער, ליטווישע און ווײַסרוסישע ייִדן.

ערבֿ דעם ערשטן וועלטקריג, איז קולבאַק אַריבערגעפֿאָרן קיין קאָוונע וווּ ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן אויף העברעיִש און שפּעטער אויף ייִדיש. האַרבסט 1916 האָט ער דעביוטירט אין ווילנער „ליטעראַרישע העפֿטן“ מיטן ליד „שטערנדל“ וואָס מע האָט דערנאָך צוגעפּאַסט מוזיק צו דעם (דער מחבר פֿון דער מעלאָדיע איז אומבאַקאַנט) און ס׳איז באַלד געוואָרן אַ פֿאָלקסמאָטיוו. זינט דעמאָלט האָבן אַ צאָל זינגער דאָס ליד אַרײַנגענומען אין זייער רעפּערטואַר, ווי דער זינגער לויִס דאַנטאָ, ווי מע קען הערן אין אָט דער רעקאָרדירונג.

אין 1920 קומט קולבאַק אין ווילנע. די צײַטן זײַנען געווען שווערע און אינעם האַרבסט פֿונעם זעלביקן יאָר, נעמט קולבאַק אָן די פֿאַרבעטונג פֿונעם שרײַבער, „בעל־מחשבֿות“, צו קומען אין בערלין. דאָרט האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט אַליין־בילדונג, האָפֿנדיק צו געפֿינען אַ ליטעראַרישע אַכסניא. כאָטש בערלין איז קיין מאָל ניט געוואָרן זײַן ליטעראַרישע היים (דאָס האָט ער געפֿונען גיכער אינעם נײַעם ליטעראַטור־צענטער – ווילנע) האָט די דערווײַטערונג פֿון זײַן ליטווישן היימלאַנד אים פֿאָרט דערמעגלעכט צו שאַפֿן אייניקע פֿון זײַנע גרעסטע מאָדערניסטישע ווערק (צווישן זיי — די פּאָעמע „רײַסן“) און זײַן ערשטן ראָמאַן, „משיח בן־אפֿרים“, וואָס איז דערשינען אין בערלין אין 1924. בלויז פֿון דער ווײַטנס, אין בערלין, האָט קולבאַק געקענט אָפּשאַצן די רויִקע דאָרפֿישקייט פֿון זײַן „ייִדישלאַנד“ מיט אַזאַ שטאַרקער נאָסטאַלגיע. דערלויבט מיך צו ציטירן מײַנע באַליבטע שורות פֿון דער פּאָעמע „רײַסן“, ווו ער פֿאַרגלײַכט אונדזער ליטווישן טײַך וויליע צו אַ טונקעלער פֿרוי:

בעת די לבֿנה צעשפּרייט זיך אין לאַנד, ווי אַ זילבערנער רעגן,

דאַן הייבט זיך אַ שטײַפֿע געשטאַלט פֿון אַ ליטווין אַרויס פֿון דער ניעמאַן

און ס’שווימט, ניט געהערט, פֿון וויליע אַ טונקעלע פֿרוי אים אַנטקעגן.

צעוואָרפֿן די לאָקן, די נאַסע, מיט לאַנגע און גרינלעכע ברעמען,

באַווײַזט זיך איר גליטשיקער קערפּער אַרויס פֿון די כוואַליעס…

עס בייגט זיך אַריבער דער ניעמאַן און נעמט זי אַרומעט,

און טוט איר אַ קוש אין די אויגן די גרינע, וואָס לײַכטן פֿון אומעט,

און נעמט זי אַראָפ אַפֿן גרונט אין די בלויע, קרישטאָלענע סאַליעס…

די דאָזיקע ווערק פֿון דער בערלינער תּקופֿה וואָס זײַנען באַאײַנפלוסט געוואָרן פֿון עקספּרעסיאָניזם, סימבאָליזם און סוררעאַליזם, האָבן אַ גרויסע השפּעה געהאַט אויף קולבאַקס שפּעטערדיקע ליטעראַרישע פּרוּוון אין ווילנע און אין מינסק. אַ קלאָרע דוגמא פֿון אַזאַ פֿאַרבינדונג צווישן בערלין און ווילנע קען מען זען אין איינער פֿון זײַנע ערשטע און חשובֿסטע פּאָעמעס געווידמעט דער ירושלים ד’ליטא – „ווילנע“, וואָס איז דערשינען אין דער „צוקונפֿט“ אין 1926. בערלין, ווי אויך אַלע אַנדערע ייִדישע שטעט האָבן ניט זוכה געווען באַזונגען צו ווערן אַזוי ווי ווילנע וואָס ווערט בײַ קולבאַקן געשילדערט ווי „אַ טונקעלע קמיע“ און אַ תּהילים מיט די אותיות וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייער פֿינקל. לאָמיר דערמאָנען די וווּנדערלעכע שורות וועלכע זײַנען ניט געווען סתּם אַ דיכטערישע פֿאַנטאַזיע, נאָר שילדערן פּינקטלעך דעם ספּעציעלן קאָלאָריט, די היסטאָריש-קולטורעלע רעאַליטעט און דעם מעמד פֿון ווילנע צווישן ביידע וועלט־מלחמות:

דו ביסט אַ תּהילים אויסגעלייגט פֿון ליים און אײַזן,

אַ תּפֿילה אין אַיעדער שטיין, אַ ניגון – יעדע וואַנט.

ווען די לבֿנה רינט אַראָפּ אין דײַנע געסלעך פֿון קבלה…

דו ביסט אַ טונקעלע קמיע אַײַנגעפֿאַסט אין ליטע

פֿאַרשריבן גרוי און אַלט אַרום מיט מאָך און מיט לישײַעס

אַ ספֿר איז אַיעדער שטיין, אַ פּאַרמעט – יעדע וואַנט.

און ייִדיש איז דער פּראָסטער קראַנץ פון דעמבנבלעטער

אויף די אַרײַנגאַנגען די הייליק־וואָכיקע פֿון שטאָט.

נישט געקוקט אויף נאָסטאַלגישע געפֿילן פֿון ווילנער ייִדן וואָס לייענען בדרך־כּלל די פּאָעמע בלויז ווי אַן אָדע צו און אַ הימען פֿון אונדזער היימשטאָט, זעט מען בײַ קולבאַקס שיר הלל געווידמעט ווילנע אויך אַ געוויסע קריטיק און שווערע שילדערונגען פֿון אַ טיפֿן גײַסטיקן קריזיס, פֿון מיסטעריעזע און אַפּאָקאַליפּטישע וויזיעס און קאָמפּליצירטע ראַנגלענישן צווישן דער מאָדערנער סעקולערער ייִדישקייט און דער ווילנער רעליגיעזער ייִדישער קהילה. עס איז כּדאַי צו דערמאָנען אז באַלד נאָכן פּובליקירן די פּאָעמע „ווילנע“ און דעם ראָמאַן „מאָנטאָג“ אין יאָר 1926, און אַפֿילו נאָכן ווערן דער פֿאָרזיצער פֿונעם ווילנער פּען־קלוב, האָט קולבאַק פֿאַרלאָזט ווילנע אין אָקטאָבער 1928 און זיך באַזעצט אין מינסק.

kulbak

משה קולבאַק (לינקס) מיטן שרײַבער און ציוניסטישן טוער, ד״ר יהושע הערש יעווין און זײַן פֿרוי, ווילנע, 1927 Image by Pinchas Lavon Labor Archives

אַן אַנדער אופֿן צו באַטראַכטן די טראַיעקטאָריע פֿון קולבאַקס שאַפֿונג איז דורכן איבערקוקן די ווילנער קולטור־היסטאָרישע זאַמלביכער אויף ייִדיש. אין מײַן פֿאָרשונג וועגן דער ראָלע פֿון קולטור־היסטאָרישע אויסגאַבעס וועגן ווילנע און ווילנער ייִדן צווישן 1916 און 1939, וואָס איך האָב דורכגעפֿירט אונטער דער השגחה פֿונעם היסטאָריקער, פּראָפֿ’ דימיטרי שומסקי אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָב איך אָנגעוויזן ווי אַזוי די ליטעראַרישע פּרוּוון נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן געשטימט מיט די פּרוּוון פֿון די ייִדישע אינטעלעקטואַלן צו שאַפֿן אַ נײַע מעטאָדאָלאָגיע פֿון שרײַבן אַן אַקטועלע ייִדישע געשיכטע. אין פֿאַרגלײַך מיט די היסטאָריקערס פֿונעם אַלטן דור, וואָס האָבן באַשריבן די געשיכטע פֿון דער ווילנער ייִדישער קהילה אויף לשון־קודש, שילדערט די נײַע קולטור־היסטאָרישע פֿאָרשונג אויף ייִדיש די אַקטועלע ייִדישע געשיכטע, דורך די פֿעלדער פֿון געשיכטע, ליטעראַטור און קונסט, און צוגעגעבן דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור אַן אייגנשאַפֿט פֿון אַ קולטור־היסטאָרישן דאָקומענט.

אַזוי אַרום, ווערט קולבאַקס פּאָעזיע אַ וויכטיקער טייל פֿונעם קאָלעקטיוון ייִדישן זכּרון פֿון דער צווישן־מלחמהדיקער תּקופֿה — ניט בלויז אין די ליטעראַרישע זאַמלונגען, אַרטיקלען, צײַטונגען און מעמואַרן, נאָר אויכעט אין היסטאָרישע זאַמלביכער גופֿא, וווּ זײַן פּאָעזיע דינט ווי די בעסטע עדות און דאָס פֿאַרביקסטע קינסטלערישסטע בילד פֿון ייִדישלאַנד.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.