ווידעאָ: משה קולבאַקס ליד, „שטערנדל‟, לכּבֿוד זײַן יאָרצײַטVIDEO: On poet Moshe Kulbak’s yortsayt, listen to his song, “Little Star”
דעם פּאָעט האָט דער סאָוועטישער רעזשים דערהרגעט אין איינעם מיט 100 אַנדערע קולטור־טוער די נאַכט פֿונעם 29סטן אָקטאָבער 1937.

Image by Pixabay
הײַיאָר איז געוואָרן 125 יאָר זינט ס׳איז געבוירן געוואָרן דער גרויסער פּאָעט, משה קולבאַק, און די וואָך מערקט מען אויך אָפּ זײַן יאָרצײַט. קולבאַק איז, אין איינעם מיט הונדערט אַנדערע ייִדישע און ווײַסרוסישע קולטור־טוער, דערשאָסן געוואָרן פֿונעם סאָוועטישן רעזשים במשך פֿון דער נאַכט פֿונעם 28סטן אָקטאָבער 1937. ער איז געווען 41 יאָר אַלט.

משה קולבאַק Image by Courtesy of Eliat Gordin Levitan
אין דעם ווידעאָ, נאַרירט פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער, וועט איר זיך דערוויסן אַ ביסל וועגן קולבאַקס לעבן און הערן ווי דער חזן פּינחס גאָלדשמידט זינגט זײַן רירנדיק ליד, „שטערנדל‟.