Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ייִד באַשרײַבט זײַן ערשטן „האַלאָווין‟ אין אַמעריקעA Jewish immigrant describes his first Halloween in America

פֿאַלעק זאָלף, אַן אַמאָליקער ייִדיש־לערער אין וויניפּעג, באַשרײַבט זײַן רעאַקציע בײַם אַרײַנפֿאַלן אין מיטן פֿון אַ טומלדיקער האַלאָווין־פֿײַערונג.

To hear an audio of this story, click here.

[די דערציילונג איז אַן אויסצוג פֿונעם בוך „אויף פֿרעמדער ערד — בלעטלעך פֿון אַ לעבן‟, פֿון פֿאַלעק זאָלף. איר קענט לייענען דאָס גאַנצע בוך דאָ].

שבת־צו־נאַכטס, דעם 30סטן אָקטאָבער, בין איך אָנגעקומען צו דעם וועלט־באַרימטן וווּנדער, ניאַגאַראַ פֿאָלס, וואָס איז באַגאָסן געווען מיט אַ ים פֿון עלעקרטישע ליכט. איך בין אַרויס פֿון דעם קליינעם וואָקזאַלעכל און געגאַנגען זוכן מײַן קוזין, מאיר סאַליט, וואָס איז שוין דאָ געווען אַ תּושבֿ פֿון אַרום דרײַ צענדליק יאָר און איז געווען אַ גרויסער סוחר פֿון ברוך־אײַזן.

ווי נאָר איך האָב אָנגעהויבן גיין איבערן גאַס, זײַנען מיר באַלד אַנטקעגן געקומען אַ גרויסע מחנה מאַסקירטע מענער, פֿרויען און קינדער, אַלע פֿאַרשלייערט אין עפּעס אַזעלכע קאָסטיומען; די מאַנצבילן אין ברייטע, ווײַבערשע ספּאָדניצעס, די פֿרויען אין מענערשע פּלודערן. אויף די פּנימער האָבן זיי געטראָגן עפּעס אַזעלכע גראָטעסקע מאַסקעס פֿון פֿאַרשיידענע קאָלירן: רויטע, שוואַרצע, געלע, גרינע, ברוינע. אייניקע מאַסקעס זײַנען געווען מיט הערנער, מיט ברייטע צעקרימטע מײַלער, מיט גרויסע, גראָבע, פֿאַרריסענע נעז און מיט לאַנגע, אַרויסגעשטעקטע רויטע צינגער.

און יעדער איינער האָט זיך געפֿלייסט אַריבערצושטײַגן דעם צווייטן אין מאַכן דעם ליאַרעם וואָס גרעסער מיט געשרייען, קוויטשערײַען, קלאַפּן אין פּײַקלעך, פֿײַפֿן און רעווען אין עפּעס אַזעלכע גרילצנדיקע טרובקעס — אַזש טויב צו ווערן. עס האָט אויסגעזען ווי די גאַנצע וועלט פֿאַרזעענישן, רוחות, שדים, לצים און וואָלקולאָקן וואָלט איצט אַראָפּגעקומען אַהער, כּדי אָפּצושפּילן פֿאַר מיר אַזאַ קאַקאַפֿאָנישן קבלת־פּנים…

איך בין געבליבן שטיין אַ צעטומלטער און ניט געוווּסט וואָס צו טאָן. איך האָב מורא געהאַט, אַז אָט־אָט וועט מיך די מחנה „ניט־גוטע‟, רחמנא לצלן, אַ פּאַק טאָן און מיך פֿאַרשלעפּן גאָט ווייס וווּהין. איך האָב שוין בדעה געהאַט צו נעמען מײַן טשעמאָדאַן מיטן זאַק און לאָזן זיך צוריק אין וואָקזאַל אַרײַן, אָבער ווי דערשלאָגט מען זיך צוריק צו דער סטאַנציע, אַז די גאַנצע גאַס איז פֿאַרפֿלייצט מיטן ווילדן מענטשלעכן שטראָם, וואָס עס נעמט צו אים גאָר קיין סוף ניט. מען גייט מיט טאַנצנדיקע טריט איבער טראַטואַרן און איבער גאַסן. אויטאָמאָבילן פֿײַפֿן, טרובעןף טראַמווייען קלינגען, סיגנאַליזירן — אָבער דער צעכראַסטעטער עולם הערט זיי ווי המן דעם גראַגער.

ווי איך בין אַזוי געשטאַנען אַ פֿאַרווירטער און אַ דערשראָקענער, צוגעטוליעט צו אַ וואַנט, האָב איך מיט אַ מאָל דערזען שטיין לעבן מיר אַ מענטשן, כּמעט דער איינציקער וואָס איז דאָ, לעבן מיר, געווען אָן אַ מאַסקע. איך האָב באַלד דערקענט אָן אים, אַז ער איז איינער מאחינו בני ישׂראל. פֿון פֿרייד האָט מיר אַזש גענומען זעצן אין האַרצן. איך האָב זיך צוגעשאַרט צו אים און שטיל אַ פֿרעג געטאָן:

„איר זײַט אַ ייִד? אַ ייִד?‟

דער פֿרעמדער האָט באַלד אָפּגעקערט זײַן פּנים פֿון דער צעווילדעוועטער און צעהוליעטער מחנה, מיך אָפּגעמאָסטן מיט די אויגן פֿון קאָפּ ביז די פֿיס און אַ זאָג געטאָן מיט אַ שמייכל: „יאָ, און איר זײַט אַן אימיגראַנט?‟

„יאָ, האָב איך געענטפֿערט. „איך בין נאָר וואָס אָנגעקומען, איך האָב דאָ אַ קרובֿ, וואָס הייסט מאיר סאַליט. איך ווייס אָבער ניט ווי אַזוי דערשלאָגט מען זיך צו אים. איך האָב אים אַפֿילו געקלאַפּט אַ דעפּעשע, אַז ער זאָל קומען מיך באַגעגענען, איז ער ניט געקומען. און איצט האָט מיך אָט דער דאָזיקער ווילדער משוגעים־טאַנץ פֿאַרכאַפּט אין מיטן וועג,‟ האָב איך אין איין אָטעם אויסגעגאָסן פֿאַר אים מײַן גאַנץ האַרץ.

„קומט מיט מיר, איך וועל אײַך אָפּפֿירן צו אײַער קרובֿ. איך קען אים זייער גוט.‟

איך האָב זיך שטאַרק דערפֿרייט, פּונקט ווי איך וואָלט איצט פּלוצלינג באַגעגנט אליהו הנבֿיאן. מיר האָבן זיך ווי עס איז דורכגעשטופּט צווישן דעם פֿאַרמאַסקירטן און צעיאַכמערטן עולם און זיך אַרויפֿגעכאַפּט אויף דעם ערשטן אָנקומענדיקן טראַמוויי.

מײַן איבערראַשיונג איז געווען נאָך גרעסער, ווען עס האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן אַז מײַן וועגווײַזער איז גאָר אויך מײַנער אַ לאַנדסמאַן. עס איז נאָך קיין יאָר ניט ווי ער איז געקומען אַהער פֿונעם שטעטעלע מאַלאָריטע, לעבן בריסק־ליטאָווסק און איז אויך אַ קרובֿ צו מײַן קוזין, וואָס האָט אויך אים אַראָפּגעבראַכט אַהער. ער איז — האָט ער מיר דערציילט — אַ „פּעינטער‟, אַ פֿאַרבער, הייסט עס. אַ גאַנצן זומער האָט ער דאָ געאַרבעט בײַ פֿאַרבן הײַזער.

ער האָט מיר אויך באַלד אויפֿגעקלערט דעם טיפֿן ענין פֿון אָט דעם הײַנטיקן קאַרניוואַל אין שטעטל: „דאָס האָבן זיי איצט געפּראַוועט אַזאַ מין יום־טובֿ, וואָס טראָגט דעם נאָמען „האַלאָווין‟. דער זעלבער ספּעקטאַקל ווערט אָפּגעשפּילט אין יעדער שטאָט און שטעטל אין אַמעריקע. דאָס איז דאָ אַזאַ מין נאַציאָנאַלער יום־טובֿ. דאָס הייפֿעלע ייִדן, וואָס וווינען דאָ, האָט ער מיר פֿאַרזיכערט, דאַרפֿן צוליב דעם חלילה ניט פֿאַרהאַקן זייערע טירן און לאָדנס… דאָ איז ניט פּוילן … דאָ איז דאָס אַלץ ניט מער ווי אַ גוט־מוטיקער שפּאַס.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.