Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„יונג ייִדיש‟, אין תּל־אָבֿיבֿ, מוז שליסן אירע טירן ביזן 5טן דעצעמבערTel Aviv organization, “Yung Yidish”, forced to shut by December 5

געגרינדעט פֿונעם זינגער מענדי כּהנא איז ער דער איינציקער ייִדישער קולטור־צענטער וואָס באַווײַזט אַרײַנצוציִען דעם ייִנגערן דור.

לויט אַ פּסק אַרויסגעטראָגן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער געריכט פֿון אָרטיקע ענינים, װעט „יונג ייִדיש‟ — דער אָנגעזעענער ייִדיש־קולטור־צענטער און ביבליאָטעק, וואָס געפֿינט זיך אין דער תּל־אָבֿיבֿער צענטראַלער אויטאָבוס־סטאַנציע — מוזן שליסן זײַנע טירן ביזן 5טן דעצעמבער 2021.

yung yidish

דער כּליזמר- באַר, וואָס קומט פֿאָר יעדן זונטיק, אָנגעפֿירט פֿון „די ירושלימער כּליזמרים‟ מיט אַבֿרהם בורשטיין Image by Mendy Cahan

די עקסמיסיע איז טייל פֿון אַ פּלאַן בײַ דער שטאָט צו פֿאַרמאַכן די ריזיקע, שטאַרק אומפּאָפּולערע סטאַנציע און בויען אַ צווייטע סטאַנציע אויף אַן אַנדער אָרט אין תּל־אָבֿיבֿ. יאָרן לאַנג האָבן די אָרטיקע תּושבֿים געקעמפֿט צו פֿאַרמאַכן דעם „װײַסן העלפֿאַנד‟ (דאָס צונעמעניש פֿון דער אויטבוס־סטאַנציע) צוליב דער שטאַרקער לופֿט־פֿאַרפּעסטיקונג און דעם טומל פֿון דער סטאַנציע — אַ ריזיקער, זיבנשטאָקיקער לאַבירינט, װאָס מע האָט שוין פֿון לאַנג באַצייכנט פֿאַר „אַ דאָרן אין אויג‟ און „אַן אָנשיקעניש‟.  

אַז מע גייט אָבער אַרויף צום פֿיפֿטן שטאָק פֿונעם קאָמפּלעקס און אַרײַן אינעם לאָקאַל פֿון „יונג ייִדיש‟, איז ווי מע האָט אַרײַנגעטראָטן אין אַן אַנדער וועלט. דאָרטן דערזעט מען אומעטום פּאָליצעס מיט ייִדישע ביכער וואָס בעטן זיך מע זאָל זיי דורכבלעטערן. אינעם זאַל קומען אָפֿט פֿאָר פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן פֿאַר די אוהבֿי־ייִדיש: קלעזמער־קאָנצערטן, לעקציעס, יום־טובֿ־פֿײַערונגען און ייִדיש־קלאַסן, אַלץ אונטער דער השגחה פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר און זינגער מענדי כּהנא, וואָס זײַן וואַרעמקייט און כאַריזמע קען מען זען ווי באַלד מע טרעט איבערן שוועל.

yung yidish

מענדי כּהנא Image by אלדד רפאלי

איציק גאָטעסמאַן, אַ לעקטאָר פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר בײַם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, וואָס האָט אינטערוויויִרט מענדי כּהנא אין 2009, האַלט אַז ער האָט אויפֿגעטאָן אַ גרויסע זאַך וואָס קיינער האָט נישט באַוויזן: אַרײַנגעצויגן די ישׂראלדיקע יוגנט.

„דאָס אָרט וווּ מע טרעפֿט זיך אין דער צענטראַלער אויטאָבוס סטאַנציע איז, דעם אמת געזאָגט, אַ סוררעאַליסטישער פּלאַץ פֿון דרויסן — האָט גאָטעסמאַן באַמערקט — אָבער ווען מע קומט אַרײַן פֿילט מען זיך באַלד היימיש און צווישן אייגענע.‟

דאָס געריכט האָט נאָך אין 2016 שוין געהאַט געפּסקנט אַז אַלע לאָקאַלן װעלכע געפֿינען זיך אין דער תּל־אָבֿיבֿער צענטראַלער אויטאָבוס־סטאַנציע, וועט מען מוזן פֿאַרמאַכן, אויב די מוטער־פֿירמע פֿון דער סטאַנציע, „נצבה‟, קריגט נישט די געהעריקע דערלויבענישן און ליצענצן פֿונעם לעש־ און ראַטיר־דינסט, דעם געזונט־מיניסטעריום און דעם מיניסטעריום פֿאַר סבֿיבֿה־שיץ — אַ זאַך וואָס אַלע פֿאַרשטייען שוין וועט נישט זײַן מעגלעך.

בײַם פּרוּוון „פֿאַרקויפֿן‟ דעם פּלאַן צום ברייטן עולם האָט די טראַנספּאָרט־מיניסטאָרין מירבֿ מיכאלי אויסגערעכנט עטלעכע מעלות דערפֿון. „אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועלן מיר זען מער עלעקטרישע אויטאָבוסן, אַ בעסערע באַדינונג, און ווייניקער לופֿט־פֿאַרפּעסטיקונג,‟ האָט זי געזאָגט.

מיכאלי האָט אָבער נישט דערמאָנט אַז דאָס אַראָפּרײַסן די אַלטע סטאַנציע קען אַליין שאַפֿן אַ געפֿערלעכע לופֿט־פֿאַרפּעסטיקונג אין שטאָט, אָדער אַז די פּלאַנירטע נײַע סטאַנציע, לעבן דעם „פּאַנאָראַמע־צענטער‟, געפֿינט זיך ווײַט פֿון אַ באַן־סטאַנציע אָדער הויפּטשאָסיי. הייסט עס, אַז די אויטאָבוסן וועלן זיך דאַרפֿן דורכשלענגלען דורך די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ כּדי אָנצוקומען צו דער לעצטער סטאַנציע, און דערבײַ היפּש פֿאַרלענגערן די פֿאָרצײַט.

לכתּחילה, ווען כּהנא האָט געהערט די נײַעס וועגן דער שליסונג דעם 5טן דעצעמבער האָט ער זיך נישט אַזוי געזאָרגט. „מע האָט דאָס שוין געהערט אַ סך מאָל‟, האָט ער דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס. „אָבער אַ האַלבן טאָג נאָך דעם, אַז איך האָב אָנגעקלונגען אַ פּאָר זשורנאַליסטן, אַ פּאָר פֿרײַנד, האָט זיך אַרויסגעװיזן אַז ס’איז ערגער װי איך האָב געמיינט.‟

צוליב דעם וואָס די קריגערײַ איז אין תּוך פֿאָרגעקומען צווישן „נצבה‟, די פּריוואַטע אייגנטימער און דעם שטאָטראַט — „אַזאַ מין קאַפּיטאַליסטישע קריגערײַ‟, ווי מענדי באַצייכנט עס — איז קיין איין אינסטאַנץ נישט צוגעקומען צו די פֿאַרוואַלטער פֿון די קליינע געשעפֿטן וואָס געפֿינען זיך אין דער אויטאָבוס סטאַנציע, אָדער צו די קולטור־צענטערס ווי „יונג ייִדיש‟, כּדי צו זען, צי מע קען אפֿשר זיך דערטראַכטן צו עפּעס. „קיינער האָט נישט קיין געפֿיל פֿאַר קולטור דאָ, און איצט — נאָך ווייניקער,‟ האָט כּהנא געזאָגט.

yung yidish

אַ שמועסקרײַז

און ס׳איז טאַקע אַ גרויסער שאָד ווײַל פּונקט דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, במשך פֿון דער קאָראָנאַ־מגפֿה, האָט מען, סוף־כּל־סוף, שיין אויפֿגעבויט די ביבליאָטעק. „פֿון די שאַכטלעך ביכער האָט מען ממש געמאַכט אַ ביכער־אוצר….און איצט, אין אַ חודש אַרום, דאַרף אַלץ װידער צוירקגיין אין די שאַכטלעך.‟

„יונג ייִדיש‟ איז אַוודאי נישט דאָס איינציקע אָרט אין ישׂראל וווּ עס קומען פֿאָר קולטור־אונטערנעמונגען אויף ייִדיש. ס’איז דאָ דער ייִדישער טעאַטער — „ייִדישפּיל‟, אַקאַדעמישע קלאַסן אין „בית שלום עליכם‟ און אין די אוניװערסיטעטן, אַקאַדעמיקער װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט כּל־מיני אַספּעקטן פֿון ייִדיש און אומפֿאָרמעלע ייִדישע לייענקרײַזן איבערן לאַנד.

אָבער אַלץ װאָס איז אין צװישן: קליין־קונסט, כּלי־זמר, טאַנץ, דערציילערס, זכרונות, מאַכן אַ פֿילם, אַרבעטן מיט ייִנגערע לײַט — דאָס האָט „יונג־ייִדיש‟ אויפֿגעטאָן. דאָס איז איר כּוח.

yung yidish

דער כּליזמר- באַר, וואָס קומט פֿאָר יעדן זונטיק, אָנגעפֿירט פֿון „די ירושלימער כּליזמרים‟ מיט אַבֿרהם בורשטיין Image by Mendy Cahan

„דאָס פֿאַרמאַכן די סטאַנציע און די מעגלעכקייט אַז ׳יונג־ייִדיש׳ װעט שוין ניט האָבן אַן אָרט דאַרף מען ניט צולאָזן,‟ האָט דערקלערט די באַקאַנטע ייִדישע קולטור־טוערין אין תּל־אָבֿיבֿ, בעלאַ בריקס. „דער רעגירונגס אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישע קולטור העלפֿט אויס מענדין אָבער איר בודזשעט איז אַליין באַגרענעצט. אַ שאָד וואָס דאָ אין ישׂראל קאָן ניט אויפֿקומען אַ ׳ייִדישער ביכער־צענטער׳, אַזוי ווי מע זעט אין אַמהערסט, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן,‟ האָט זי געזאָגט.

„אויב די רעגירונג וועט טאַקע שליסן און אַראָפּרײַסן די סטאַנציע איז זי מחויבֿ צו געפֿינען אַן אַנדער אָרט פֿאַר ׳יונג־ייִדיש׳ און העלפֿן איבערפֿירן די טויזנטער ביכער וואָס געפֿינעם זיך דאָרטן,‟ האָט גאָטעסמאַן געזאָגט. „די ביכער און די אָרגאַניזאַציע זענען אַן אוצר וואָס מע טאָר נישט אונטערשאַצן.‟

(בײַם צוגרייטן דעם באַריכט האָט צוגעהאָלפֿן משהלע אַלפֿאָנסאָ)

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.