ווידעאָ: יעקבֿ גלאַטשטיינס לעבעדיק ליד, „זינג לאַדינאָ‟ — מיט מוזיקVideo: Jacob Glatstein’s joyful “Sing Ladino” set to music
דאָס ליד איז לויבגעזאַנג צו שפּראַכן וואָס שרעקן זיך נישט זיך צוצופּאַסן צו נײַע צײַטן און באַדינגונגען, תּמיד גרייט צו שאַפֿן נײַע ווערטער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך איז אַרויס אַ מוזיק־ווידעאָ פֿון יעקבֿ גלאַטשטיינס שאַפֿעריש, מאָדערניסטיש ליד, „זינג לאַדינאָ‟ — אַ לויבגעזאַנג לכּבֿוד די שפּראַכן וואָס שרעקן זיך נישט זיך צוצופּאַסן צו נײַע צײַטן און באַדינגונגען, תּמיד גרייט צו שאַפֿן נײַע ווערטער.
די נײַע מוזיק אינעם ווידעאָ האָט געשאַפֿן אַמנון בהם, און עס זינגען עס דאָ די „אורן סלע זינגער‟, אסתּי ניסים און מירי רעגנדאָרפֿער. דעם ווידעאָ האָט כאָטש ער ניצט דאָס וואָרט „לאַדינאָ‟ דינט עס דאָ ווי אַ סימבאָל פֿון אַלע לעבעדיקע גערעדטע לשונות וואָס שטייען נישט אויף אַן אָרט, נאָר פּאַסן זיך כּסדר צו צו נײַע צײַטן און באַדינגונגען, שאַפֿנדיק נעאָלאָגיזמען כּדי איבערצוגעבן דעם פּינקטלעכן באַטײַט פֿון אַ באַגריף. אַ משל פֿון גלאַטשטיינס שפּילעוודיקייט מיט ווערטער איז ווען ער באַשרײַבט לשונות ווי „אַלקאָלירטע רעדערײַ / אַלצעצונגטע שפּראַכערײַ…‟
דאָס ליד, „זינג לאַדינאָ‟ איז פּובליקירט געוואָרן אין 1937, אין גלאַטשטיינס זאַמלונג לידער, „ייִדישטײַטשן‟.
גלאַטשטיינס ליד רעפּרעזענטירט „דער סאַמע שפּיץ פֿון זײַן עקספּערימענטאַלער, מאָדערניסטישער תּקופֿה,‟ האָט דער ליטעראַטור־פֿאָרשער, ד״ר מאַרק קאַפּלאַן דערקלערט. ער האַלט אָבער אַז די שפּילעוודיקייט איז אויך אַ שפּילעוודיקע פּאַראָדיע פֿון די קלאַנגען און ריטמען פֿון שפּראַך. „אין דעם ווײַזט ער אַן ענלעכקייט מיט אַן אַנדערן מאָדערניסט, טשאַרלי טשאַפּלין, וואָס האָט מיט אַ יאָר פֿריִער, אינעם פֿילם ׳מאָדערנע צײַטן׳ באַניצט קלאַנגען ווי אַ פּאַראָדיע פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן, קלינגענדיק ווי גאַנץ מגדל בבֿל מיט איין קול‟.
ד״ר אַסיאַ ווײַסמאַן, די דירעקטאָרין פֿון דער זומער־פּראָגראַם בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, האָט איבערגעזעצט דאָס ליד אויף ענגליש לטובֿת ד״ר רות ווײַסעס קלאַס וועגן ייִדישער פּאָעזיע, כּדי די סטודענטן זאָלן קענען כאַפּן כאָטש אַ ביסל פֿון גלאַטשטיינס שפּילעוודיקייט מיט שפּראַך און ווערטער־שאַפֿונג. „גלאַטשטיין ווינקט אָן אויף דער עוואָלוציע פֿון שפּראַך און ווײַזט ווי די אַנטוויקלונג פֿון נײַע ווערטער קומט פֿאָר אין שמעלצשפּראַכן אַזוי ווי ייִדיש און לאַדינאָ,‟ האָט ווײַסמאַן געזאָגט. „דאָס ליד קען דינען ווי אַ רײַכער מאַטעריאַל אין אַ קורס פֿון ליטעראַטור, פֿון לינגוויסטיק אָדער אַפֿילו אַ קלאַס וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן.‟
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
