„וואַרטן אויף גאָדאָ‟ אויף ייִדיש וועט שפּילן אינעם קיניגלעכן טעאַטער אין שטאָקהאָלם‘Waiting for Godot’ in Yiddish to play at the Royal Theater in Stockholm
אין סעמיועל בעקעטס פּיעסע וועט דער שרײַבער און רעפֿערענט מײַקל וועקס שפּילן די ראָלע פֿון עסטראַגאָן, און דער איבערזעצער שיין בייקער — וולאַדימיר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער „קיניגלעכער דראַמאַטישער טעאַטער אין שטאָקהאָלם‟ האָט פֿאַרבעטן דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אויפֿצופֿירן אויף דער בינע סעמיועל בעקעטס פּיעסע, „וואָרטן אויף גאָדאָ‟, אויף ייִדיש דעם 13טן און 14טן נאָוועמבער.
דאָס וועט זײַן צום ערשטן מאָל וואָס מע וועט אין דעם אָנגעזעענעם טעאַטער אויפֿפֿירן אַ פּיעסע אויף ייִדיש.
אין בעקעטס עקסיסטענציאָנאַליסטישער פּיעסע, וואָס איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿונעם דירעקטאָר פֿונעם קולטור־קאָנגרעס, שיין בייקער, און ווערט רעזשיסירט פֿון משה יאַסור, וועט דער קאַנאַדער שרײַבער און רעפֿערענט מײַקל וועקס שפּילן די ראָלע פֿון עסטראַגאָן, און בייקער וועט שפּילן וולאַדימיר. עס וועלן אויך שפּילן אַלען לויִס ריקמאַן, לאָזער טווערסקי און ניקאָלאַס דזשענקינס. די ייִדישע רעפּליקן וועלן באַגלייט ווערן מיט שוועדישע אייבערקעפּלעך.
לכתּחילה האָט מען פּלאַנירט בלויז צוויי פֿאָרשטעלונגען אָבער ביידע האָבן זיך גיך אויספֿאַרקויפֿט, האָט מען צוגעגעבן אַ דריטע.
ייִדן וווינען שוין אין שוועדן זינט דעם סוף־18טן יאָרהונדערט. במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט שוועדן געדינט ווי אַ מקום־מיקלט פֿאַר כּמעט דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿון דענמאַרק. נאָך דער מלחמה האָבן טויזנטער מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן זיך באַזעצט אָדער זיך צײַטווײַליק אָפּגעשטעלט אין שוועדן, מאַכנדיק דערבײַ אַ טיפֿן אײַנדרוק אויף דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט.
הײַנט געפֿינען זיך אַ צאָל ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס אין שוועדן ווי, למשל דער „שוועדישער ייִדיש־פֿאַרבאַנד‟ און „ייִדיש־קולטור אין שוועדן‟, וועלכע זענען ביידע די שוועדישע פּראָדוצענטן פֿון דער פּראָדוקציע, בשותּפֿות מיטן קיניגלעכן דראַמאַטישן טעאַטער.
אין 1999 איז ייִדיש דערקלערט געוואָרן ווי איינע פֿון פֿינעף אָפֿיציעלע מינאָריטעט־שפּראַכן אין שוועדן. ווי אַ רעזולטאַט שטיצט די רעגירונג אַ צאָל ייִדישע אונטערנעמונגען, אַרײַנגערעכנט אַ פֿאַרלאַג פֿאַר ייִדישע ביכער, דעם „אָלניאַנסקי טעקסט פֿאַרלאַג‟.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
