פֿיר בחורים אין פֿלאָרידע זוכן גן–עדןFour Jewish teens in Florida looking for the Garden of Eden
דוד האָפּענס ראָמאַן, „דער פּרדס‟, איז אַ מיסטישע אַלעגאָריע וואָס קומט פֿאָר בײַ פֿאַרמעגלעכע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין פֿלאָרידע.
David Hopen
The Orchard: A Novel
Ecco, 480 pp.
דער קריטיקער אַדם קירש האָט שוין באַמערקט, אַז די הײַנטיקע אַמעריקאַנער-ייִדישע ליטעראַטור טוט אַ קער צו רעליגיעזע טעמעס און פֿילאָסאָפֿישע פּראָבלעמען פֿון ייִדישקײט.
דער פֿריִערדיקער דור ייִדישע שרײַבער, װאָס האָבן זיך קונה־שם געװען אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, אַזעלכע װי סאָל בעלאָו, פֿיליפּ ראָט, באַרנאַרד מאַלאַמוד און אַנדערע, האָבן אַרײַנגעפֿירט דעם ייִדישן העלד אינעם אַמעריקאַנער ליטעראַרישן הױפּטשטראָם, אָבער זײ האָבן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין די ענינים פֿון ייִדישקײט. דער נײַער דור, צװישן זײ — יהושע כּהן, דאַראַ האָרן, ניקאָל קראַוס און נתן ענגלענדער —באַהאַנדלען אין זײערע װערק ענינים, װאָס האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער אמונה, געשיכטע און קולטור.
איצט איז צו דער דאָזיקער גרופּע צוגעקומען דער יונגער מחבר דוד האָפּען. זײַן ראָמאַן, „דער פּרדס‟, איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ייִדישער און אַלגעמײנער פּרעסע, „ניו–יאָרק–טײַמס‟ בתוכם. דאָס איז אַ סימן, אַז אַ ראָמאַן, װאָס דערצײלט װעגן תּלמידים פֿון אַ ייִדישער טאָגשול אין פֿלאָרידע קען זײַן אינטערעסאַנט פֿאַרן ברײטן אַמעריקאַנער עולם.
אָבער אַ לײענער, װאָס איז ניט באַהאַװנט אין ייִדישקײט װעט װײַט ניט אַלץ פֿאַרשטײן אינעם ראָמאַן. האָפּענס יונגע פּערסאָנאַזשן רעדן צו מאָל אױפֿן „ישיבֿישן‟ ענגליש. די לשון–קודשדיקע פֿראַזעס, װאָס זײ װאַרפֿן אַרײַן אין זײערע שמועסן, װערן אַפֿילו ניט דערקלערט פֿאַר אַן עם–האָרצישן לײענער. די העלדן פֿונעם בוך געהערן צו דעם העכערן שטאַנד פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און האָבן ניט קײן שיפֿלות–קאָמפּלעקס לגבי זײער ייִדישקײט.
האָפּען האָט געשטעלט פֿאַר זיך אַ שװערע קינסטלערישע אױפֿגאַבע צונױפֿצוברענגען צװײ פֿאַרשײדענע זשאַנערס אין אײן בוך. פֿון אײן זײַט איז דער ראָמאַן אַ רעאַליסטישער קריטישער פּאָרטרעט פֿון פֿאַרמעגלעכע „אָל-רײַטניקעס‟, װאָס האַלטן זיך בײַ דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסישער שיטה פֿון ייִדישקײט. פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער איז דאָס אַ מיסטישע אַלעגאָריע, אײַנגעװאָרצלט אין מדרש און קבלה. אַזױ אַרום לאָזט זיך „דער גאָרטן‟ לײענען דורך צװײ גאָר פֿאַרשײדענע שפּאַקטיװן.
האָפּען, װאָס איז אַלײן אױפֿגעװאַקסן אין דער פֿאַרמעגלעכער מאָדערנער פֿרומער סבֿיבֿה אין פֿלאָרידע, קען די דאָזיקע קולטור פֿון אינעװײניק. זײַנע שילדערונגען פֿון גבֿירים, װאָס װױנען אין אַן אױסגעטראַכטן „שטעטל‟ מיטן נאָמען „ציון–בערג‟ ערגעץ לעבן מיאַמי, זײַנע אי שאַרף אי עמפּאַטיש. די עלטערן צאָלן אַ מאַיאָנטעק פֿאַר דער פּריװאַטער ייִדישער שול „קול נשמה‟, כּדי זײערע קינדער זאָלן באַקומען אַ ייִדישע דערציִונג, אָבער זײער אײגענער לעבנס–שטײגער איז גאַנץ געלאַסן. די גרופּע תּלמידים אינעם לעצטן לערניאָר האָבן טיפּישע אַמעריקאַנער דאגות און אינטערעסן. די עיקר–דאגה זײערע איז אָנצוקומען אין אַ גוטן קאָלעדזש, אָבער אײנצײַטיק זײַנען זײ פֿאַרטאָן אין שפּילן ליבעס, זיך אָנשיכּורן און פֿון מאָל צו מאָל רױכערען „גראָז‟.
דער הױפּטהעלד, אַריה אידען, קומט פֿון ברוקלין, װוּ ער האָט זיך געלערנט אין אַן אָרעמער חרדישער ישיבֿה. זײַן טאַטע, אַ באַשײדענער בוכהאַלטער, האָט פֿאַרלױרן אַרבעט אין ניו–יאָרק, האָט ער געדאַרפֿט, נעבעך, זיך אַריבערקלײַבן קײן פֿלאָרידע, װוּ ער האָט געפֿונען אַ נײַע שטעלע. דװקא אינעם דאָזיקן פּרט איז די געשיכטע ניט זײער גלײבלעך. װי אַזױ קען זיך אַן אָרעמער בוכהאַלטער פֿאַרגינען צו קױפֿן אַ שטוב אין דער גבֿירישער געגנט און צאָלן שׂכר–לימוד אין די שװערע טױזנטער? אָבער ניט אין דעם גײט עס. אַריה דינט װי אַ װעגװײַזער אין דער מאָדערנער פֿרומער סבֿיבֿה אין פֿלאָרידע.
װען מען לײענט דעם ראָמען דורכן אַלעגאָרישן שפּאַקטיװ, אַנטפּלעקט מען רמזים אױף טיפֿערע מיסטישע טײַטשן. דער ערשטער עפּיגראַף צו דעם ראָמאַן איז די מעשׂה װעגן פֿיר רבנים, װאָס זײַנען אַרײַן אין „פּרדס‟, דאָס הײסט, גן–עדן (גמרא בבֿלי, חגיגה יד, ב). ר׳ בן עזאי האָט עס דערזען און איז געשטאָרבן, ר׳ בן זומא איז משוגע געװאָרן, דער „אחר‟ איז געװאָרן אַ כּופֿר–בעיקר (אַפּאָסטאַט), און בלױז ר׳ עקיבֿא איז אַרױס בשלום. דער צװײטער עפּיגראַף זײַנען די מעלאַנכאָלישע פֿערזן װעגן צרות און אַנטױשונגען פֿון לעבן פֿונעם ענגלישן ראָמאַנטישן דיכטער, דזשאָן קיטס. די דאָזיקע צװײ עפּיגראַפֿן עפֿענען צװײ פּערספּעקטיװן אױפֿן סיפּור–המעשׂה.
דער ראָמאַן שטעלט פֿראַגעס, װאָס זײַנען גאַנץ װיכטיק בײַ יענע אַמעריקאַנער ייִדן, װאָס נעמען זײער אמונה ערנסט. איז דאָס מעגלעך צונױפֿצוברענגען תּורה ומדע, תּורה און װעלטלעכע קענטענישן, װי עס האָבן בדעה געהאַט די גרינדער פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע? װאָס טוט מען הײַנט מיט דער מיסטישער, קבליסטישער און נבֿיאישער טראַדיציע פֿון ייִדישקײט? צי קען מען טאַקע בלײַבן געטרײַ דעם גײַסט פֿון ייִדישקײט און דערבײַ געניסן פֿון דער מאָדערנער אַמעריקאַנער שפֿע?
דאָ ליגט די שפּאַלטונג צװישן די עלטערן און זײערע קינדער. די עלטערן האָבן שױן באַשלאָסן וואָס זיי ווילן. אַריהס פֿאָטער װיל זיך צוריקציִען אין די חרדישע ד׳ אַמות אין ברוקלין און האָבן װאָס װײניקער צו טאָן מיטן הײַנטיקן עולם–הזה. די גבֿירים אין פֿלאָרידע זײַנען צופֿרידן מיט דער פּשרה צװישן ייִדישקײט און אַמעריקאַנישקײט. די פֿיר בחורים, װאָס זײַנען אַ מין גילגולים פֿון די פֿיר רבנים פֿון דער גמרא–מעשׂה, זײַנען אָבער דאָרשטיק נאָך דער עכטער גײַסטלעכער דערפֿאַרונג.
אַזױ װי אין דער גמרא–מעשׂה, איז דער סוף פֿון זײער עקספּעדיציע קײן גן–עדן ניט קײן גוטער. די פֿילאָסאָפֿישע חקירות, װאָס די בחורים לערנען מיט זײער „רבין, ר׳ בלום, ברענגען ניט קײן גוטע ענטפֿערס אױף זײערע קשיות, און זײ לאָזן זיך פֿאַרפֿירן דורך זײער כאַריזמאַטישן חבֿר, עװאַן סטאַרק. די נעמען פֿון די צװײ הױפּטהעלדן טראָגן סימבאָלישע באַדײַטן, װאָס אַנטפּלעקן אין זײערע האַנדלונגען. אַריהס פֿאַמיליע–נאָמען, אידען (Eden), דערמאָנט אָן גן–עדן (װי אױך אױף אַ ליטעראַרישן פּראָטאָטיפּ זײַנעם, דעם העלד פֿון דזשעק לאָנדאָנס ראָמאַן, „מאַרטין אידען‟), בעת דעם נאָמען עװאַן (Evan) קען מען לײענען װי פֿון רעכטס אױף לינקס, נבֿיא (נאָװי).
די אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור האָבן געשילדערט די געשיכטע פֿונעם אױפֿקום פֿון ייִדן אין אַמעריקע, און איצט באַהאַנדלען די ייִנגערע ייִדישע ליטעראַטן אַן אַנדערן ענין, דעם גורל פֿון ייִדישקײט אין דער גאָלדענער מדינה. עס גײט דאָ מער ניט אין די פּראָבלעמען פֿון אַסימילאַציע אָדער אַנטיסעמיטיזם, נאָר װעגן דעם אָרט פֿון אַמעריקע אין דער לאַנגער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor