פּריצים רעדן איצט ייִדיש אין אָט דער קלאַסישער רוסישער קאָמעדיעNobles now speak Yiddish in this classic Russian comedy
ניסן לעװינס איבערזעצונג פֿון „צער פֿון שׂכל‟ לעבט אויף די ליטעראַרישע טראַדיציע פֿון דער השׂכּלה אין דער סאָװעטישער מינסק.
די קלאַסישע קאָמעדיע „צער פֿון שׂכל‟ פֿון אַלעקסאַנדר גריבאָיעדאָװ איז גוט באַקאַנט יעדן איינעם, וואָס האָט זיך אַ מאָל געלערנט אין אַ רוסישער שול.
ניט געקוקט אױף דעם, װאָס זי איז אָנגעשריבן געװאָרן אין 1823, פֿאַרבלײַבט איר שפּראַך פֿריש און די פּערסאָנאַזשן לעבעדיק. שױן מער װי הונדערט יאָר שפּילט מען „צער פֿון שׂכל‟ אין רוסישן טעאַטער מיט אַ גרױסן דערפֿאָלג — צום טייל, ווײַל די 1820ער און 1830ער יאָרן ווערן באַצייכנט אין דער רוסישער קולטור–געשיכטע װי „די גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, װען די באַרימטע דיכטער, צװישן זײ — אַלעקסאַנדר פּושקין און מיכאַיִל לערמאָנטאָװ, האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן די מאָדערנע רוסישע ליטעראַרישע שפּראַך.
די װערק פֿון יענער תּקופֿה לאָזן זיך ניט גרינג איבערזעצן אױף אַנדערע שפּראַכן. דערפֿאַר זײַנען זײ ניט אַזױ פּאָפּולער צװישן דעם אױסלענדישן עולם װי די שפּעטערע ראָמאַנען פֿון לעװ טאָלסטאָי און פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקי. אָבער בײַ די ייִדישע יונגע לײַט במשך פֿונעם סוף 19טן — אָנהײב 20טן יאָרהונדערט האָבן פּושקינס און לערמאָנטאָװס לידער געדינט װי אַ פֿענצטער אין דער רוסישער און דער אַלװעלטלעכער קולטור. פֿון יענער צײַט זײַנען פֿאַרבליבן שײנע ייִדישע און העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון לײב נײַדוס, אַבֿרהם שלאָנסקין און אַנדערע.
צו דער דאָזיקער טראַדיציע געהערט אױך ניסן לעװינס איבערזעצונג פֿון גריבאָיעדאָװס קאָמעדיע. איר כּתבֿ-יד האָט זיך אָפּגעהיט בײַ לעװינס משפּחה און איז אָקערשט פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם ניו–יאָרקער פֿאַרלאַג, „ייִדיש בראַנזשע‟. די געשיכטע פֿון דער דאָזיקער איבערזעצונג איז אַ טײל פֿון דער דראַמאַטישער דערפֿאַרונג פֿון די סאָװעטישע ייִדן. לעװין איז געבױרן געװאָרן אין 1906 בײַ אַן אָרעמער משפּחה אין אַ װײַסרוסישן שטעטל. פֿאַר דער צװײטער װעלט–מלחמה האָט ער געלעבט אין מינסק, געאַרבעט װי אַ בוכהאַלטער און זיך אָפּגעגעבן מיטן איבערזעצן ליטעראַרישע װערק פֿון ייִדיש אויף רוסיש, און פֿאַרקערט. דעמאָלט האָט דער װײַסרושיסער ייִדישער מלוכה–טעאַטער בײַ אים באַשטעלט אַן איבערזעצונג פֿון גריבאָיעדאָװס „צער פֿון שׂכל‟, אָבער מען האָט די פּיעסע קײן מאָל ניט אױפֿגעפֿירט אױף דער בינע.
דער ערשטער נוסח פֿון דער איבערזעצונג איז פֿאַרברענט געװאָרן װען די דײַטשן האָבן באָמבאַרדירט מינסק אין יוני 1941. לעװין איז אַװעק אױפֿן פֿראָנט, איז פֿאַרװוּנדעט געװאָרן, און האָט זיך אומגעקערט קײן מינסק אַן אינװאַליד. ער האָט ממשיך געװען זײַן איבערזעצן גריבאָיעדאָװס קאָמעדיע ביז זײַן טױט אין 1983, װען ס׳איז שוין לאַנג ניט געווען קײן ייִדישער טעאַטער אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. זײַן פֿרױ האָט געבראַכט דעם כּתבֿ-יד קײן אַמעריקע, און איצט, צוליב די באַמיִונגען פֿון לעװינס אײניקל דמיטרי סמעלאַנסקי און דעם רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער, איז לעװינס איבערזעצונג פֿון „צער פֿון שׂכל‟ סוף–כּל–סוף אַרױס װי אַ בוך.
אײן פּראָבלעם פֿאַר אַן איבערזעצער פֿון אַ דראַמאַטישן װערק איז צו געפֿינען פּאַסיקע שטימען פֿאַר פֿאַרשײדענע פּערסאָנאַזשן. „צער פֿון שׂכל‟ איז אַ קאָמעדיע װעגן אַ רוסישן יונגערמאַן, אַלקסאַנדר טשאַצקי, װאָס קומט פֿון אײראָפּע קײן מאָסקװע, װוּ ער טרעפֿט אַ טיף קאָנסערװאַטיװע געזעלשאַפֿט. זײַן אױפֿגעקלערטער אײראָפּעיִשער װעלטבאַנעם פּאַסט ניט פֿאַרן מאָסקװער פּאַטריאַרכאַלן שטײגער. דאָס שאַפֿט כּלערלײ קאָמישע סיטואַציעס, װאָס אַנטפּלעקן דעם טיפֿערן קולטורעלן קאָנפֿליקט צװישן די דורות. דװקא דאָס מאַכט די דאָזיקע קאָמעדיע אַקטועל פֿאַר אַלע צײַטן.
גריבאָיעדאָװס טעקסט פֿאַרמאָגט אַ היפּשע צאָל שאַרפֿזיניקע זאָגענישן, װאָס זײַנען לאַנג אַרײַן אין דער רוסישער שפּראַך. לעװינס איבערזעצונג האָט אױך אַזעלכע טרעפֿלעכע אױסדרוקן װאָס קלינגען װי שפּריכװערטער, װי למשל: „די זינד איז ניט קײן צרה, / זי שטעקט אין לשון–הרע.‟ טשאַצקי קומט אַהײם מיט דער כּװנה צו דינען ערלעך זײַן רוסישן פֿאָטערלאַנד. ער דערקלערט: „כ׳בין דינען גרײט, זיך אױסצודינען עקלט‟. אױף דעם דערװידערט אים דער פֿאָרשטײער פֿונעם עלטערן דור, פּאַװעל פֿאַמוסאָװ: „דאָס איז עס װאָס אַ שטאָלץ אױף אײַך האַלט אָן! / איר װאָלט אַ פֿרעג טאָן װי די אָבֿות פֿלעגן טאָן?‟ דער טײַטש — מען דאַרף זײַן גרײט צו מאַכן פּשרות און צופּאַסן זיך צו די דעם אַלטן שטײגער פֿון די אָבֿות.
אַ כּסדרדיקע פֿראַגע פֿאַר אַ ייִדישן איבערזעצער איז װי װײַט קען מען „פֿאַרייִדישן‟ דעם ניט-ייִדישן מקור מיט ספּעציפֿישע ייִדישע, בפֿרט לשון–קודשדיקע, װערטער און אױסדריקן. דאָ האַלט לעװינס איבערזעצונג אַ פֿײַנעם גלײַכגעװיכט. טשאַצקי װאַרפֿט אַרײַן לשון־קודשדיקע װערטער, „פֿריש די מסורה, סע גלײבט זיך אָבער שװער‟. דערבײַ האָט זײַן שפּראַך אַ דײַטשמערישן בײַטעם: „באַרימט פֿלעגט יענער װערן, / װער צושאָקלט מיט קאָפּ טוט גערן‟. אױף אַזאַ אופֿן איז די איבערזעצונג מרמז ער איז ניט קײן אײגענער אין דער הײמישער מאָסקװער סבֿיבֿה. פֿאַמוסאָװס רײד איז מער פֿאָלקסטימלעך: „יאָ! ס׳איז אַ מזל װער עס האָט אַזאַ בנאָק! / און האָט, געװיס, אין לעצעלע אַן אָרדענאָק.‟
גריבאָיעדאָװס קאָמעדיע איז אַ יורש פֿון דער אײראָפּעיִשער אױפֿקלערונג, װאָס האָט באַטאָנט די אײבערהאַנט פֿון דעם שׂכל איבער דעם אַלטן טראַדיציאָנעלן דרך. אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט די דאָזיקע אידעאָלאָגיע געפֿונען אַן אױסדרוק אין די משׂכּילישע קאָמעדיעס, װי „סערקעלע‟ פֿון שלמה עטינגער. כּסדר שפּילט זיך דאָ אויס דער קאָנפֿליקט צװישן דעם הױפּטהעלד, אַ יונגן משׂכּיל, און דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער סבֿיבֿה. דער אידעאָלאָגישער קאָנטראַסט װערט אױסגעדריקט דורך דער שפּראַך פֿון די פּערסאָנאַזשן. דער משׂכּיל רעדט אין אַ דידאַקטישן דײַטשמערישן סטיל, בעת דער לשון פֿונעם עלטערן דור איז אידיאָמאַטיש–ייִדישלעך. כּדי צו כאַראַקטעריזירן גריאָבאָיעדאָװס רוסישע פּערסאָנאַזשן האָט ניסן לעװין געניט געניצט שפּראַכלעכע מכשירים, װאָס ער האָט געשעפּט פֿונעם אוצר פֿון דער השׂכּלה–ליטעראַטור.
אַ װיכטיקע פֿיגור אין דער קלאַסישער אויפֿקלערונג–קאָמעדיע איז אַ יונגע פֿרױ, די טאָכטער פֿון דעם אַלט–פֿרענקישן פֿאָטער. זי איז דער באַלױן, װאָס דער משׂכּילישער יונגערמאַן באַקומט צום סוף פֿאַר זײַן נצחון איבער דער אַלטער װעלט. בײַ גריבאָיעדאָװן איז אָבער דער סוף אַ פֿאַרקערטער: טשאַצקי פֿאַרשפּילט זײַן קאַמף און מוז פֿאַרלאָזן מאָסקװע, בעת פֿאַמוסאָװס טאָכטער סאָפֿיאַ װערט פֿאַרקנסט פֿאַר זײן קאָנקורענט אַלעקסײ מאָלטשאַלין, אַ שטילינקן יונגערמאַן װאָס איז גרײט „אױסצודינען זיך‟ פֿאַר זײַנע בעלי–בתּים. גריבאָיעדאָװס ספֿקותדיקײט לגבי דער מאַכט פֿון אױפֿקלערונג װערט טרעפֿלעך איבערגעגעבן דורכן ייִדישן טיטל, „צער פֿון שׂכל‟. לעװינס איבערזצונג איז אַ װיכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס איז ממשיך די טראַדיציע פֿון דער השׂכּלה–תּקופֿה.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO