דאָס ייִדישע פּאָרפֿאָלק וואָס זעצט איבער ייִדישע ראָמאַנען אויף שפּאַנישMeet the Jewish couple translating Yiddish novels into Spanish
בײַ י. י. זינגערס „די משפּחה קאַרנאָווסקי‟ איז שוין דערשינען אַ זעקסטע אויפֿלאַגע
מיט אַ דרײַ חדשים צוריק האָב איך באַקומען אַ שיינע מתּנה: אַן אַנטאָלאָגיע פֿון באַשעוויסעס 47 דערציילונגען אויסדערוויילטערט דורך דעם מחבר אַליין, וואָס דאָס פּאָרפֿאָלק, ראָדאַ און יעקבֿ אַבעקאַסיס, האָט איבערגעזעצט אויף שפּאַניש.
די מתּנה האָבן זיי מיר געגעבן בעת זייער באַזוך אין ישׂראל וווּ עס וווינען זייער טאָכטער און זון. ראָדאַ (רחל) און יעקבֿ וווינען אין מאַדריד. אונדזער באַקאַנטשאַפֿט ציט זיך שוין אַ צוואָציק יאָר און ס’האָט צו טאָן בעיקר מיט ייִדיש, אָבער אויך מיט שפּאַניש און העברעיִש, וואָס זיי באַהערשן אויך.
ראָדאַ הענעלדע איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע 1937 און איז דערצויגן געוואָרן אין די פ”ש. ייִדיש קאָן זי פֿון דער היים. זי האָט גראַדויִרט מיט אַ דיפּלאָם אין ייִדישער ליטעראַטור אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אויך באַקומען איר טיטל ווי איבערזעצערין פֿונעם ענגליש-העברעיִש-ענגלישן ווערטערבוך פֿונעם בר-אילנער אוניווערסיטעט. זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען אין ראַיסעס (וואָרצלען) און אין „איסעגאַריאַ‟, אַ פּובליקאַציע פון אַ באַקאַנטן פֿילאָסאָפֿיע-אינסטיטוט, האַלט לעקציעס און אָרגאַניזירט קאָנפֿערענצן געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור. זינט 2000 האָט זי בעיקר איבערגעזעצט ווערק פֿון דער ייִדישע ליטעראַטור.
יעקבֿ אַבעקאַסיס איז געבוירן געוואָרן אין טעטואַן, שפּאַנישער מאַראָקאָ, 1937. בײַ אים איז שפּאַניש די שפּראַך פֿון דער היים און אין וועלכער ער איז דערצויגן געוואָרן, אָבער זײַן פֿאָלקסשול האָט מען געפֿירט אויף פֿראַנצייזיש. אַ גראַדויִרטער אינזשעניר פֿון דער טעכנישער הויכשול אין מאַדריד איז זײַן גאַנצע קאַריערע געווען געווידמעט דער בויִונג פֿון אינפֿראַסטרוקטורן. נאָכן פּענסיאָנירן זיך קערט ער זיך אום צו זײַן ליבשאַפֿט צו שפּראַך און ליטעראַטור, און ווידמעט זײַן צײַט, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, איבערצוזעצן אויף שפּאַניש די ווערק פֿון פּראָמינענטע ייִדישע שרײַבער.
דער פֿאַרנעם פֿון זייערע איבערזעצונגען מאַכט טאַקע אַן אײַנדרוק. זינט דעם יאָר 2000 האָבן זיי שוין איבערגעזעצט 17 ייִדישע ביכער, מערסטנס שוין דערשינענע אין פֿאַרשידענע פֿאַרלאַגן אין שפּאַניע, אַנדערע — באַשטעלטע איבערזעצונגען וואָס דאַרפֿן נאָך זען די ליכטיקע שײַן. די ייִדישע מחברים נעמען אַרײַן אַזעלכע ווי יצחק באַשעוויס, י. י. זינגער, משה קולבאַק, יהודה עלבערג, מאַשאַ ראָלניקײַטע, דער נסתּר, דוד בערגעלסאָן, אסתּר זינגער-קרײַטמאַן, בעלאַ שאַגאַל און ה. לייוויק. פֿון באַשעוויסן אַליין — פֿיר ביכער.
די פֿאַרלאַגן, וועלכע האָבן אַרויסגעגעבן די איבערזעצונגען, זענען פֿון די סאַמע אָנגעזעענסטע אין מאַדריד, באַרסעלאָנאַ, און סאַראַגאָסאַ. צווישן די שוין איבערגעזעצטע ביכער אָבער נאָך ניט דערשינענע געפֿינט זיך אויך „דער שאַרלאַטאַן‟ פֿון באַשעוויס, וואָס דער לייוויק-פֿאַרלאַג פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אין ייִדיש, אָנהייב 2022.
די אַלע פֿון פֿאָרויס באַשטעלטע איבערזעצונגען בײַם אַבעקאַסיס-פּאָרפֿאָלק זאָגן עדות פֿונעם קאָמערציעלן דערפֿאָלג פֿון די ווערק. למשל, בײַ י. י. זינגערס „די משפּחה קאַרנאָווסקי‟ איז שוין דערשינען אַ זעקסטע אויפֿלאַגע, אפֿשר ווײַל אין אינהאַלט פֿון בוך ווערן נאָענט צוזאַמענגעפֿלאָכטן די באַשרײַבונג פֿון ייִדישן אַסימילירטן לעבן אין דײַטשלאַנד מיטן וואַקסנדיקן כּוח פֿון דער נאַציסטישער באַוועגונג און אידעאָלאָגיע — אַ טעמע וואָס פֿאַראינטערעסירט שטאַרק דעם שפּאַניש־רעדנדיקן לייענער, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז די שפּאַניער האָבן שטאַרק געליטן פֿון פֿראַנקאָס פֿאַשיסטישן רעזשים אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאָריקן יאָרהונדערט.
אַנדערע איבערזעצערס ווי, למשל, אַדאָלפֿאָ מאַרטין, וואָס האָט איבערגעזעצט באַשעוויסעס „שאָשאַ‟, און כואַן כאָסע מאַרטין— באַשעוויסעס „די משפּחה מאָשקאַט‟ — האָבן דאָס מסתּמא געטאָן פֿון אַן ענגלישער אויפֿלאַגע, בעת ראָדאַ און יעקבֿ אַבעקאַסיס האָבן עס געטאָן פֿונעם ייִדישן אָריגינאַל. יעדן פֿאַלס, סײַ פֿאַר די און סײַ פֿאַר יענע, איז בכלל ניט פּשוט איבערצוזעצן אַ ווערק וואָס באַשרײַבט דאָס ייִדישע לעבן אין וואַרשע פֿון די דרײַסיקער יאָרן, ווען אין דײַטשלאַנד הייבן אָן צו בושעווען די נאַצישע באַנדעס.
די לאַנגע רשימה ליטעראַרישע רעצענזיעס אין דער שפּאַנישער פּרעסע איבער דער איבערזעצונגען פֿון פּאָרפֿאָלק אַבעקאַסיס איז נאָך אַ באַווײַז פֿון זייער הצלחה און ס’הייבט דעם פּרעסטיזש פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַ אַ לייענערשאַפֿט וואָס איז בדרל־כּלל נעענטער צו דער ייִדיש-ספֿרדישער קולטור. עס דערפֿרייט אונדז אַז גראַדע אָט דער פּובליקום ווײַזט אַרויס נײַגער און אָפּשײַ צו דער אַשכנזישער קולטור און לעבנס-דערפֿאַרונג.
כ’וויל זיך אָפּשטעלן אַ ביסל אויף דער אויבן דערמאָנטער „מתּנה‟ וואָס איך האָב געהאַט באַקומען פֿון די איבערזעצערס. ס’רעדט זיך וועגן אַ בוך פֿון 911 זײַטן, וואָס נעמט אַרײַן די גאָר באַקאַנטע דערציילונגען פֿון באַשעוויסן. פֿון כּמעט 150 דערציילונגען האָט באַשעוויס אויסגעקליבן אָט די 47, צווישן זיי: „גימפּל תּם‟, „טײַבעלע און דער שׂטן‟, „יענטל דער ישיבֿה-בחור‟, „דער טויטער פֿידלער‟, „קאַפֿקאַס אַ פֿרײַנד‟, „אַן אַלטע ליבע‟, „שפּינאָזאַ פֿונעם מאַרקגאַס‟ אאַז״זוו. בײַם לייענען באַשעוויסן אויף ייִדיש באַוווּנדערן מיר די שפּראַך, פּערסאָנאַזשן און סבֿיבֿה וואָס דער מחבר דערלאַנגט אונדז אַזוי מײַסטעריש; אָבער ווען מע לייענט אים אויף שפּאַניש באַוווּנדערן מיר ווי די אַמאָליקער ייִדישע וועלט ווערט אויפֿגעלעבט דורך סערוואַנטעסעס שפּראַך.
כ’האָב אָפֿט פּרובירט זיך פֿאָרשטעלן, וואָס פֿאַר אַן אימאַזש באַקומט זיך בײַם שפּאַנישן לייענער פֿון אַלץ וואָס עס מיינט אַ ייִד, ייִדיש, ייִדישקייט און דער ייִדישער גורל. לאָמיר ניט פֿאַרגעסן אַז כּמעט ס’רוב פֿון באַשעוויסעס לייענער האָבן קיין ייִד אין זייער לעבן ניט געזען. איז דעריבער דער ערשטער אימפּאַקט פֿון די דאָזיקע שאַפֿונגען אַזוי שטאַרק. וואָלט איך געזאָגט אַז באַשעוויס גיט איבער אַ בילד אין וועלכן עס מישן זיך צונויף די שאַרפֿע קאָלירן פֿונעם לעבן אין פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן, די געראַטעוועטע פֿון חורבן אין פֿאַרשידענע ערטער אין אַמעריקע און אויך ישׂראל געשטאַלטן בשעת זײַנע אייגענע באַזוכן אין לאַנד. הלוואי וועט עס עפֿענען דעם דורשט בײַ די שפּאַניער זיך צו באַקענען מער מיט דער ווירקלעכקײט פֿון אַשכּנזישן ייִדנטום און זײַן באַטײַט אין אונדזערע טעג. בין איך טאַקע גאָר דאַנקבאַר צו ראָדאַ הענעלדע און יעקבֿ אַבעקאַסיס פֿאַר זייער געשאַנק און כ’בין שוין מוכן ומזומן צו הערן זייערע גוטע בשׂורות וועגן נײַע איבערזעצונגען.
כ’שליס דעם אַרטיקל געבנדיק געוויסע סטאַטיסטישע אָנגאַבעס וואָס שייך דעם מעמד פֿון שפּאַניש. נאָך דער כינעזישער שפּראַך וואָס האָט די העכסטע צאָל געבוירענע רעדערס איבער דער וועלט, איז שפּאַניש די צווייטע שפּראַך מיט 460 מיליאָן רעדערס: 6% פֿון דער וועלט-באַפֿעלקערונג. דאָס איז טאַקע אַ ריזיקע באַפֿעלקערונג — און במילא אַ ממשותדיקער קוואַל פֿון לייענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO