אַ טור איבער ייִדיש־האַמבורגTouring Hamburg’s historic Yiddish sites
די באַטייליקטע אינעם טור האָבן באַזוכט דאָס וווינאָרט פֿון הרבֿ שמואל יוסף ראַבינאָוו, וואָס האָט אין די 1930ער געגעבן אַלע דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש
דעם 23סטן אָקטאָבער, לכּבֿוד דעם 25סטן יובֿל פֿון דער שלמה־בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש, האָבן מיר, די אָנפֿירער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, דורכגעפֿירט דעם ערשטן אין אַ סעריע שפּאַצירן מיטן נאָמען, „אויף די שפּורן פֿון ייִדיש אין האַמבורג‟.
ס׳איז געװען אַ מחיה צו זען, ווי דער שפּאַציר ווערט געפּאַקט מיט מענטשן.
מע האָט זיך געטראָפֿן אויפֿן קרײצפּונקט וואָס הייסט שטערנבריק, װוּ ס’הײבט זיך אָן דאָס געסל, װאָלערסאַלי. אַמאָל איז דאָס געסל געלעגן אויפֿן גרענעץ צװישן האַמבורג גופֿא און אַלטאָנאַ, וואָס איז ביז דער מלחמה געווען אַן אומאָפּהענגיקע שטאָט.
במשך פֿונעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט האָט אין אַלטאָנאַ, וואָס איז דעמאָלט נאָך געװען אַ טײל פֿון דענמאַרק, געלעבט גליקל פֿון האַמעלן, די באַקאַנטע ייִדישע געשעפֿטספֿרוי און מחברטע פֿון אַ טאָגבוך, וואָס גיט איבער אַ פּרטימדיק בילד פֿונעם דעמאָלטדיקן ייִדישן לעבן.
די ערשטע ייִדן וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַלטאָנאַ זענען געווען אַלטייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזים, און אָנגעקומען זײַנען זיי אינעם 17טן יאָרהונדערט.
אינעם 19טן יאָרהונדערט זענען אַהין געקומען אַלץ מער אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע און אין גיכן האָבן זיי אויסגעפֿעלט דירות. האָבן די ייִדן זיך גענומען באַזעצן אויף דער װאָלערסאַלי און אין 1928 דאָרטן געגרינדט אַ שיל מיט אַ ישיבֿה, אַ קינדער־גאָרטן און אַ ביוראָ פֿון אַ קינדער־דאָקטאָר. די אינסטיטוציע האָט געהייסן „אַהבֿת תּורה‟.
מיר זײַנען אַלע געפֿאָרן מיטן בוס צו דער קילאָרטאַלי־גאַס. דאָרטן געפֿינט מען גרעסערע הײַזער, פֿאַרמעגלעכע, און צװישן זײ — אַ העלפֿט פֿון אַ טאָפּלהויז, װוּ עס שטייט דאָרט זינט 1929 די ייִדישע אָרגאַניזאַציע, „עדת ישרים‟, וואָס האָט אויך געהאַט אַ שיל.
מיר זײַנען אַרײַן אינעווייניק און דערזען אַ זאַל פֿאַר 100 מענטשן אויפֿן פּאַרטער. אויפֿן ערשטן גאָרן האָט אַ מאָל געװוינט דער קאָוונער רבֿ, רבי שמואל יוסף ראַבינאָװ, אויך באַקאַנט ווי דער „אור המיזרח‟ [די ליכט פֿון מיזרח]. אויף יעדן אָרט װוּ ער איז אַרויסגעטראָטן, האָט ער גערעדט אויף ייִדיש. ס׳איז אינטערעסאַנט, וואָס אַפֿילו די אַסימילירטע ייִדן זײַנען דעמאָלט געקומען אים הערן. מיט דער צײַט האָט זיך אַרום דער שיל אויסגעפֿורעמט אַ לעבעדיקער מיזרח־ייִדישער צענטער, וואָס מע האָט פֿאָלקסטימלעך אָנגערופֿן „נײַ־ירושלים”.
אַ פּאָר טריט ווײַטער האָבן מיר זיך דערװוּסט װעגן דער גרויסער צאָל מיזרח־אײראָפּעיִשע עמיגראַנטן װאָס זײַנען אײַנגעשטאַנען אין האַמבורג איידער זיי זײַנען אַוועק קײן אַמעריקע. די אָ ייִדן האָבן טאַקע גערעדט ייִדיש, ניט נאָר אין דער אַלטער הײם, נאָר אויכעט אין האַמבורג. ניט װײניק פֿון זײ זײַנען דאָ שטעקן געבליבן אַ לענגערע צײַט אָן פּרנסה, אָן געלט. דעריבער האָבן מיטגלידער פֿון די קהילות פֿון האַמבורג און אַלטאָנאַ געגרינדט צדקה־אָרגאַניזאַציעס און אַפֿילו זיך אויסגעלערנט ייִדיש כּדי צו העלפֿן די נויטבאַדערפֿטיקע עמיגראַנטן.
פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן אַ סך האַמבורגער ייִדן זיך געשעמט מיט זײערע אָרעמע ברידער און שוועסטער, װאָס האָבן זיך געװאַלגערט אין די גאַסן און מע האָט געקוקט אויף זײ מיט ביטול און מיט חשד. ווי אַ פּועל־יוצא האָט מען געפּרוּװט צו דערװײַטערן די עמיגראַנטן פֿונעם צענטער שטאָט. דאָס איז געװען אײנע פֿון די סיבות פֿאַר װאָס די שיפֿערײַ־געזעלשאַפֿט האַפּאַ”ג האָט שוין אין 1901 געלאָזט בויען אַ שטאָט אין דער שטאָט אויפֿן אינדזל פֿעדדעל, די אַזוי גערופֿענע „באַללינשטאָט‟, כּדי דאָרטן צו איזאָלירן די עמיגראַנטן פֿון זײער אַרום.
דעם קװאַרטאַל גרינדל האָט ד״ר שלמה בירנבוים אָנגערופֿן „די װוינונג פֿון ייִדישקײט‟. „אין האַמבורג זײַנען פֿאַראַן ערטער, װוּ מע זאָל קענען הערן אַן אידיש װאָרט,‟ האָט ער אַ מאָל געשריבן. מיר זענען געגאַנגען ביז מיר האָבן דערזען זײַן פֿאַרמעגלעכן הויז אויף קאָפּעריק־גאַס („דיללשטראַסע‟) — אַ זאַך וואָס מע קען זען אין די שטאָט־דאָקומענטן פֿון 1930. ניט ווײַט פֿון דאָרט, אויפֿן האַמבורגער אוניװערסיטעט, האָט ער געלערנט זײַנע תּלמידים ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור.
אַ ביסל ווײַטער דערזעען מיר אַ שפּאָגל נײַעם פּלאַץ אויפֿן נאָמען אַריה גורל־שטערנהײם (1996-1909), דער „כראָניקער‟ פֿונעם גרינדל־קװאַרטאַל. דאָרט שרײַבט ער װעגן דער ייִדישער אַסימילירטער יוגנט אויפֿן גרינדל, װאָס איז דווקא געווען צוגעצויגן צום חן פֿון דער מיזרחדיקער ייִדישקײט. „זײ (די מיזרח־יוגנט) האָבן גערעדט אַ ייִדיש װאָס מיר האָבן גוט פֿאַרשטאַנען… און גיך אָנגעהויבן רעדן אַן אויסערגעװײנטלעכן דײַטש מיט אַ חנעװדיקן, מיזרחדיקן טעם… אין די דירות פֿון זײערע טאַטע־מאַמעס איז אונדז געװען מער הײמיש װי בײַ די אײגענע טאַטע־מאַמעס אין שטוב… די מיזרח־ייִדן זײַנען געװען אײַנגעפֿונדעװעט אין ייִדישקײט און מיר מערבֿ־ייִדן האָבן כּמעט מער ניט געװוּסט פֿון דעם…”
אין האַמבורג האָט מען אַפֿילו געקענט הערן פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע זינגלידער (למשל אין 1912 אינעם קוריאָ־הויז), און געקענט זען אויפֿפֿירונגען אין 1926 פֿון דער פּיעסע, „דער גולם‟, פֿון ה. לײװיק, צי אין 1937 פֿון „דאָס גרויסע געװינס‟ פֿון שלום עליכם.
סוף־כּל־סוף זײַנען מיר אָנגעקומען צום אַמאָליקן צענטער פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער עטנאָגראַפֿיע (1904-1937) אין דער פֿאַרמלחמהדיקער לאָזשע אויפֿן נאָמען הענרי דזשאָנס. איר פּובליקאַציע, „ידיעות פֿון דער ייִדישער עטנאָגראַפֿיע‟, װײַזט דעם באַטײַט פֿונעם אינטערעס צו מיזרח־ייִדישע ענינים במשך פֿונעם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, װען אַ סך אַסימילירטע ייִדן האָבן זיך דערמאָנט אין ייִדישקײט און געקלערט װעגן װאָס דאָס מײנט צו זײַן אַ ייִד.
די לאָזשע איז ניט נאָר געװען אַ לאָזשע פֿון ייִדישע מאַסאָנען מיט אַ טעמפּל, נאָר אויכעט אַ סאָציאַלער און קולטורעלער צענטער פֿאַרן גרינדל בכלל. מע האָט געהאַט אַ לײענזאַל, געפּראַװעט חתונות, ס’האָבן זיך דאָ געטראָפֿן ציוניסטן און ספּאָרטלער; מײדלעך האָבן זיך דאָ געלערנט פֿירן די ווירטשאַפֿט אין שטוב. פֿון 1934 ביז 1941 איז דאָ געװען דער ייִדישער קולטורבונד, אַן אָרגאַניזאַציע װאָס די נאַציס האָבן געהײסן גרינדן כּדי אָפּצוזינדערן די ייִדישע קינסטלער פֿון דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. דער קולטורבונד האָט זיך געדאַרפֿט פֿאַרנעמען נאָר מיט „ייִדישע טעמעס‟ און ייִדישער טראַדיציע און דאָס האָט אויף ס׳נײַ אָנגעצונדן די דעבאַטעס װעגן ייִדישער אידענטיטעט. די לאָזשע אויפֿן נאָמען הענרי דזשאָנס איז דעמאָלט געװאָרן דער אײנציקער אָרט אין דער גאַנצער שטאָט, װוּ מע האָט דערלויבט קולטורעלע אַקטיװיטעטן פֿאַר ייִדן.
און טאַקע דאָרטן האָט זיך פֿאַרענדיקט דער שפּאַציר און אַלע אָנטײלנעמערס זײַנען געװען איבערגעצײַגט׃ דאָ האָט מען יאָ געקענט הערן אַ ייִדיש װאָרט און די שפּורן דערפֿון זײַנען דאָ מיט אונדז ביזן הײַנטיקן טאָג.
(איבערגעזעצט פֿון מאַרסעל זײַדל)
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO