אַ ייִדישער פֿאָרלייג פֿונעם 18טן י״ה צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿטA Yiddish 18th-century proposal to improve Jewish society
יצחק װעצלאַרס „ליבעס בריװ‟ רופֿט ייִדן זיך צו רעפֿאָרמירן, לױטן מוסטער פֿון פֿרומע קריסטן, ווי אַ מיטל אויפֿצוהיטן ייִדישקייט.
די נײַע פּובליקאַציע אין דער סעריע „ייִדישע שטודיעס‟ פֿונעם דײַטשישן „בוסקע–פֿאַרלאַג‟ באַקענט דעם לײענער מיט אַ מערקװירדיקן היסטאָרישן דאָקומענט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. דער מחבר פֿונעם דאָזיקן כּתבֿ–יד איז געװען יצחק װעצלאַר, אַ סוחר פֿון דער דײַטשישער שטאָט צעלע. ניט קײן סך איז באַקאַנט װעגן זײַן לעבן חוץ דעם װאָס ער איז געװען אַ פֿאַרמעגלעכער און געבילדעטער ייִד און אַ חשובֿער מיטגליד פֿון דער קלײנער ייִדישער קהילה פֿון זײַן שטאָט. פֿון זײַנע כּתבֿים זעט מען, אַז ער איז געװען באַהאַװנט ניט נאָר אין די קלײנע אותיות נאָר האָט אױך געהאַט געװיסע קענטענישן פֿון דער קריסטלעכער קולטור.
אַרום דעם יאָר 1748־1749 האָט װעצלאַר פֿאַרפֿאַסט אַ חיבור, „מכתבֿ אהבֿה‟, אָדער „ליבעס בריװ אַן [צו] מײַנע ליבע ברידער אונד שװעסטערן אין דיזום [דאָזיקן] גלות‟. דער דאָזיקער דאָקומענט האָט זיך אָפּגעהיט אין נײַן קאָפּיעס אָבער איז ניט געדרוקט געװאָרן בשעתו. דער היסטאָריקער משה (מאָריס) פֿײַערסטײן האָט אַרױסגעגעבן „ליבעס בריװ‟ מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג אין 1996, און די איצטיקע אױסגאַבע נעמט אַרײַן דעם מקור מיט אַ דײַטשישער איבערזעצונג װי אױך עטלעכע פֿאָרשערישע אַרטיקלען, װאָס באַטראַכטן פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿונעם דאָזיקן ממשותדיקן דאָקומענט.
„ליבעס בריװ‟ געהערט צו דער תּקופֿה פֿון ערבֿ–השׂכּלה. אָבער, װי עס טענהן פּראָפֿעסאָרן רבֿקה פֿאָס און אַבֿרהם סילוק, איז װעצלאַר ניט געװען קײן משׂכּיל. זײַן ציל איז געװען צו רעפֿאָרמירן דעם ייִדישן ציבור פֿון אינעװײניק, דורכן מאַכן ייִדן פֿרימער און מער רוחניותדיק. עס איז מערקװירדיק, אַז זײַן מוסטער איז דערבײַ געװען אַ קריסטלעכער, דהײנו די לוטעראַנישע שיטה פֿון „פּיִעטיזם‟ [פֿרומקײט], װאָס איז געװען פֿאַרשפּרײט אין די דײַטשישע לענדער אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט. די פּיִעטיסטן האָבן באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿון דער ביבל און פֿון יחידישער פֿרומקײט. און הגם װענצלאַר האָט געװאָרנט ייִדן קעגן קאָנטאַקטן מיט קריסטן, איז ער אַלײן געװען גאַנץ גוט באַקאַנט מיט פּיִעטיסטישע װערק.
די דײַטשישע פּיִעטיסטן האָבן געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס צו ייִדן און ייִדישקײט. זײער ציל איז געװען צו דערנענטערן ייִדן צו קריסטנטום דורך אױסטײַטשן די ייִדישע מקורים אינעם קריסטלעכן גײַסט. צוליב דעם האָט מען געשאַפֿן אַ ספּעציעלן אינסטיטוט בײַ דעם אוניװערסיטעט אין דער שטאָט האַלע, װוּ מען האָט צוגעגרײט מיסיאָנערן פֿאַר אַזאַ טעטיקײט. דאָרט האָט מען שטודירט ייִדיש און לשון־קודש, און אַפֿילו פֿאַרפֿאַסט אײגענע חיבורים, װאָס האָבן געהאַט אַ פּנים פֿון עכטע רבנישע כּתבֿים, אָבער מיט אַ קריסטלעכן אינהאַלט. װעצלאַר האָט גוט פֿאַרשטאַנען די סכּנה פֿון דער קלוגער פּיעטיסטישער פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר ייִדן. ער האָט געהאַלטן ס׳איז אַ „חילול השם‟ ווען קריסטן באַזוכן שילן װײַל אַזעלכע באַזוכן האָבן געשטערט דעם דאַװענען. ער האָט געהאַלטן, אַז מען טאָר ניט דערלױבן ייִדישע פֿרױען זיך צו לערנען „פֿרעמדע לשונות [ווי פֿראַנצײזיש און] איטאַליעניש‟, װײַל דאָס װאָלט זײ דערנענטערט צו די קריסטן. אַנשטאָט דעם, האָט װעצלאַר געהאַלטן, דאַרף מען לערנען פֿרױען „אירע הײליקע מוטער שפּראַך לשון קודש‟, כּדי זײ זאָלן קענען לײענען תּורה שבכּתבֿ (אָבער ניט תּורה שבעל-פּה).
װי עס דערקלערן פֿאָס און סילוק, איז װעצלאַרס צװעק געװען אַן „אַלגעמײנער איבערקער אינעם לעבנסשטײגער‟ דורך באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ די גײַסטלעכע יסודות פֿון ייִדישקײט, די תּורה, די עבֿודה און גמילות–חסדים. דערבײַ אָבער האָט ער איבערגענומען אַ סך רעפֿאָרמיסטישע אידעען זײַנע פֿון די דײַטשישע פּיִעטיסטן. לױט זײַן דעה האָבן ייִדן געדאַרפֿט נאָכמאַכן פֿרומע קריסטן און זיך אָפּגעבן מער מיט לערנען זיך דעם תּנ״ך און גוטע מידות. אַזאַ מין אינערלעכע רעפֿאָרמען װאָלטן גײַסטלעך פֿאַרשטאַרקט דאָס ייִדישע פֿאָלק און זיי באַשיצט קעגן דער קריסטלעכער פּראָפּאַגאַנדע. דער „ליבעס בריװ‟, פֿאַרסך–הכּלען פֿאָס און סילוק, איז „אַ יחיד-במינודיקער דאָקומענט פֿון צװישן–רעליגיעזע קולטורעלע קאָנטאַקטן‟. דערצו קען מען אױך צוגעבן, אַז דער דאָזיקער חיבור איז אױך אַ װיכטיקער היסטאָרישער דאָקומענט פֿונעם מערבֿדיקן דיאַלעקט פֿון ייִדיש.
פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּטראָטס קאַפּיטל באַהאַנדלט די לינגװיסטישע אַספּעקטן פֿון װעצלאַרס טעקסט. װעצלאַר האָט געשריבן לאַנגע און קאָמפּליצירטע זאַצן, װאָס זײַנען מער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דײַטשיש אײדער פֿאַר ייִדיש פֿון יענער תּקופֿה. ער האָט אױך גענוצט טערמינאָלאָגישע באַגריפֿן פֿון דער דײַטשישער שפּראַך. דערבײַ אָבער געפֿינט מען דאָ אַ צאָל רײנע ייִדישע װערטער, װי למשל „לײנען‟ [לײענען] אָדער „פּױער‟, און אַװדאי אַ היפּשע צאָל טיפּישע לשון–קודשדיקע װערבן װי „מסכּים זײַן‟ אָדער „ממשיך זײַן‟. עס בלײַבט אָבער ניט קלאָר, פֿאַרסך–הכּלט אַפּטראָט, צי מען קען באַטראַכטן „ליבעס בריװ‟ פֿאַר אַ סימן פֿון דער „דײַטשמעריזאַציע‟ פֿון ייִדיש אין די דײַטשישע לענדער אינעם אַכצנטן יאָרהונדערט. ניט געקוקט אױף זײַן דײַטשמערישער שפּראַך, האָט „ליבעס בריװ‟ אַ געװיסן ייִדישן טעם. װעצלאַר רעדט צו זײַן לײענער װי צו אַן אײגענעם. ער איז אױסן צו העלפֿן זײַנע חבֿרים בני–ישׂראל צו געפֿינען אַ פֿעסטן און זיכערן אָרט צװישן די קריסטן און דערבײַ אָפּהיטן זייער ייִדישקײט. ייִדן קענען זיך לערנען בײַ קריסטן װי אַזױ צו האָבן דרך–ארץ פֿאַר דער אײגענער אמונה, כּדי זיך אַנטקעגנצושטעלן דער פּראָפּאַגאַנדע פֿון די מיסיאָנערן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO