ווידעאָ: פּאָלינאַ שעפּהערד זינגט אַ נײַ ייִדיש ליד, „די וועלן‟VIDEO: Polina Shepherd sings a new Yiddish song, “The Tempest Breakers”
דעם טעקסט האָט אָנגעשריבן אַבֿרהם נחום שטענצל, וועמעס לידער זענען געלויבט געוואָרן פֿונעם דײַטשישן שרײַבער, טאָמאַס מאַן.
די וואָך האָט דער פֿאָרווערטס אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ פֿון אַ נײַ ייִדיש ליד, וואָס דער טעקסט איז פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם נחום שטענצל (1897־1983) און די מעלאָדיע — פֿון דער זינגערין פּאָלינאַ שעפּערד. דאָס ליד, „די וועלן‟, ווערט געזונגען פֿון שעפּערד אַליין.
דער מחבר, אַבֿרהם נחום שטענצל, איז ווייניק באַקאַנט בײַם ברייטן ייִדישן עולם אָבער אין זײַן צײַט איז ער שטאַרק געלויבט געוואָרן אַפֿילו פֿון נישט־ייִדישע שרײַבער ווי טאָמאַס מאַן וואָס האָט געלייענט שטענצלס לידער אין דער דײַטשער איבערזעצונג.
שטענצל איז געבוירן געוואָרן אין טשעלאַדזש, פּוילן, אין 1897 און שפּעטער געלערנט אין דער ישיבֿה אין סאָסנעווצע, וווּ זײַן ברודער איז געווען דער שטאָט־רבֿ. אין 1917 האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אין דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע, „החלוץ‟ אָבער נאָך דעם ווי ער איז גערופֿן געוואָרן צו דינען אין דער רוסישער אַרמיי איז ער אַנטלאָפֿן קיין האָלאַנד וווּ ער איז געוואָרן אַ שטאָל־אַרבעטער.
אין 1921 האָט ער זיך באַזעצט אין בערלין וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט פֿראַנץ קאַפֿקאַ און קאַפֿקאַס געליבטער, דאָראַ דיאַמאַנט, מיט וועמען ער אָנגעקניפּט אַ לעבן־לאַנגער חבֿרשאַפֿט. ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן מאָדערניסטישע, עקספּרעסיאָניסטישע לידער און, אָנהייבנדיק פֿון 1925, זענען זיי געדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און בוכפֿאָרעם.
אין 1936 האָט דער געשטאַפּאָ אים אַרעסטירט און געפּײַניקט אָבער מע האָט אים באַפֿרײַט און ער האָט זיך באַזעצט אין לאָנדאָן. דאָרט האָט ער זיך ווידער געטראָפֿן מיט דיאַמאַנט און אין איינעם האָבן זיי געשאַפֿן אַ גרופּע, „ליטעראַרישע שבת־נאָכמיטאָגס‟ און אויך רעדאַקטירט דעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל, „לשון און לעבן‟ פֿון 1946 ביז 1981.
פּאָלינאַ שעפּהערד איז אַ באַקאַנטע ייִדישע זינגערין, קאָמפּאָזיטאָרין און כאָר־דיריגענט ווי אויך איינע פֿון די אָנפֿירערינס פֿון דער מאָדערנער כּלי־זמר־באַוועגונג. זי איז געבוירן געוואָרן אין סיביר און דערצויגן געוואָרן אין טאַטאַרסטאַן בײַ אַ מוזיקאַלישער משפּחה: דער זיידע האָט געשפּילט דעם „באַיאַן‟ (אַ מין אַקאָרדיאָן) און די מאַמע איז געווען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע זינגערין פֿון קונסטלידער.
שעפּהערד האָט זיך אויסגעשולט אין דער קאַזאַנער מלוכישער מוזיק־קאָנסערוואטאָריע און אין 1990 זיך אָנגעשלאָסן אין דער ערשטער כּלי־זמר קאַפּעליע אין רוסלאַנד, און שפּעטער – אין אַ ציגײַנערישער קאַפּעליע. הײַנט גיט זי זיך אָפּ אַ סך מיט ייִדיש געזאַנג און איז אַ גרויסע אָנהענגערין פֿונעם זשאַנער, קונסטלידער, וואָס מע קען הערן אין איר אייגענער קאָמפּאַזיציע אינעם ליד, „די וועלן‟.
אָט איז דער אָריגינעלער טעקסט פֿונעם ליד:
די וועלן
פֿון אַבֿרהם נחום שטענצל
ס׳האָבן די וועלן
מיך ברויזן געלערנט
און שטורמיק צו זײַן,
צו קענען פֿאַרלאַכן
טאָג־טעגלעכע פּײַן —
זיך קאָנען פֿאַרמעסטן
צום פֿעלדזן צום גרעסטן
און ווערן צעשמעטערט —
און ווידער געקלעטערט!
און ס׳האָבן די פֿעלדזן,
די סקאַלישע ריפּן,
מיך שווײַגן געלערנט;
לײַדן און לײַדן
און פּרעסן די ליפּן…
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor