דאָס װערן סתּם אַן אַמעריקאַנער אין שאָטן פֿונעם חורבןBecoming an ordinary American in the shadow of the Holocaust
אין זײַן בוך שרײַבט מנחם פֿוקס אַז ער האָט זיך געפֿילט היימישער אויף די האַרלעם־גאַסן ווי אין דער ליובאַוויטשער ישיבֿה וווּ מע האָט אים געשיקט.
„דער עבֿר האָט געהערשט איבער אונדזער הײַנט‟, שרײַבט מנחם (מײַקל) פֿוקס אין זײַן בוך זכרונות װעגן זײַן אױפֿװאַקסן אין אַ משפּחה שארית-הפּליטה פֿון פּוילן.
זײַן דערצײלונג אין אָבער ניט קײן כראָנאָלאָגישער סיפּור–המעשׂה. אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פּסיכאָלאָג, פּרוּװט ער צו אַנטפּלעקן זײַנע איבערלעבונגען און געפֿילן דורך אײנצלנע עפּיזאָדן, װאָס האָבן זיך אײַנגעקריצט אין זײַן זכּרון און איבערגעלאָזט שפּורן אױף זײַן נשמה. דאָס קעפּל פֿונעם בוך, „צו װערן סתּם אַ מענטש‟, פֿאַרסך–ההכּלט דעם פּראָצעס ווי ער האָט זיך באַמיט צו װערן אַן אַמעריקאַנער ווי אַלע אַמעריקאַנער.
ווי אַ קינד האָט פֿוקס איבערגעלעבט די וואַנדערונגען מיט זײַן משפּחה פֿון קאַזאַכסטאַן קײן פּױלן, פֿראַנקרײַך און אַמעריקע: „מיר האָבן געזען דאָס לעבן װי דורכן פֿענצטער פֿון אַ שנעלבאַן. אַלץ איז געװען פֿאַרבײַיִק, מיר האָבן געדאַרפֿט זיך האַלטן אײנער פֿאַרן צװײטן כּדי זיך צו פֿילן אין דער הײם‟. אַזױ װי בערך אַ האַלבער מיליאָן אַנדערע פּױלישע ייִדן, האָט די משפּחה געפֿונען אַ מקום-מקלט פֿונעם חורבן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אָבער דאָס לעבן דאָרט איז װײַט ניט געװען קיין לײַכטס. בלױז אַ העלפֿט פֿון די פּליטים האָבן דערלעבט דעם סוף פֿונעם סאָװעטישן גלות. מנחם, דער ייִנגסטער פֿון דרײַ ברידער, איז געבױרן געװאָרן אינעם לעצטן מלחמה–יאָר. די יונגע מאַמע זײערע האָט געדאַרפֿט מפֿרנס זײַן איר מאַן מיט די קינדער – „קאַ ברירה האָב איך נישט געהאַט‟, האָט זי שפּעטער געזאָגט.
מנחמס עלטערער ברודער מאיר האָט אױסגעקליבן אַן אײגענעם װעג צו װערן אַן אַמעריקאַנער און איז אַרײַן אין דער אַרמײ. אָבער בײַ מנחמן איז דאָס געפֿינען אַן אײגענעם אָרט אין אַמעריקע ניט געװען קײן גרינגע זאַך. נאָך אַ פּאָר יאָר אין אַן אַלגעמײנער שול האָבן טאַטע־מאַמע אים געשיקט אין אַ ליובאַװיטשער ישיבֿה, װאָס איז אים אין גאַנצן ניט געפֿעלן געוואָרן. מער הײמיש האָט ער זיך געפֿילט אויף די גאַסן אין ניו–יאָרק, אױפֿן מערבֿ–זײַט אין האַרלעם.
הגם מנחמס טאַטע איז געווען דער אָנגעזעענער ייִדישער שרײַבער, חיים־לייב פֿוקס, איז מנחמס פֿאַרבינדונג מיטן עבֿר געװען דורך דער מאַמעס מעשׂיות. די פֿאַרגאַנגענע צײַט „האָט עקזיסטירט בלױז אַ רגע צוריק, אָבער זי איז שױן לאַנג נעלם געװאָרן, גאַנצענע תּקופֿות אײדער איך בין געבױרן געװאָרן‟. דער מאַמעס מעשׂיות האָבן אים פֿאַרכּישופֿט: „איך האָב געװאָלט אַרײַנגעצױגן װערן אין זײ, און דאָך האָב איך געדאַרפֿט זיך האַלטן װײַט פֿון זײ, צוליב איר, צוליב אונדז אַלעמען‟. מיט אַ טיפֿן פֿאַרשטאַנד שילדערט פֿוקס דעם טראַװמאַטישן פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד פֿון אַ היפּשער צאָל ייִדישע פּליטים אין אַמעריקע פֿון יענער צײַט. דער חורבן האָט זיך נאָך אַלץ געפֿילט זײער נאָענט און האָט זײ ניט געלאָזט רוען.
ייִדיש פֿאַרנעמט אַ ספּעציעלן פּלאַץ אין פֿוקסעס דערצײלונג װעגן זײַן לעבן. דאָס איז די שפּראַך פֿון זײַנע עלטערן, און ער ציטירט זײ אין זײער נאַטירלעכן פּױלישן אַרױסרײד. געװײנטלעך זײַנען דאָס קורצע, געהאַקטע זאַצן, װאָס ער באַגלײט מיט אַן איבערזעצונג. פֿאַרן ענגלישן לײענער זעען זײ אױס װי אַ פֿרעמדער עקזאָטישער צוגאָב צו דעם גלאַטיקן ענגלישן טעקסט, אָבער פֿאַרן מחבר דינען זײ װי אַ פֿאַרבינדונג מיטן עבֿר פֿון זײַנע עלטערן, װאָס ער קען בלױז פֿון זײערע דערצײלונגען. ייִדיש איז די אײנציקע שפּראַך, אױף װעלכער די עלטערן קענען פֿרײַ אַרױסדריקן זײערע געפֿילן.
די באַציִונגען צװישן דער מאַמען און דעם טאַטן זײַנען געװען געשפּאַנט און די מאַמע האָט זיך טאַקע אַרױסגעשלאָגן פֿון די כּוחות כּדי צו געפֿינען אַ שטיקל פּרנסה פֿאַר דער משפּחה. „אַ מענטש מיז קודם טראַכטן װעגן פּרנסה און נאָך דעם װעגן עפּעס העכערס!‟ פֿלעגט זי זאָגן. דער טאַטע האָט זיך אָבער געהאַלטן פֿאַר אַ ליטעראַט און האָט גיכער ליב געהאַט לײענען צײַטונגען און פֿאַרברענגען מיט דיכטער און קינסטלער. צו מאָל האָט האָט בײַ דער מאַמען שוין געפּלאַצט דאָס געדולד: „רבונו של עולם, פֿאַר װאָס האָסטע מיך געלאָזט לעבן?!‟ דאָס קלינגט אַ סך שאַרפֿער אױף ייִדיש אײדער אױף ענגליש.
בחורװײַז האָט מנחם זיך געלערנט אין אַ רײ פֿאַרשײדענע שולן און ישיבֿות אין פֿראַנקרײַך און אַמעריקע, און ער שילדערט זײַנע דערפֿאַרונגען מיט לעבעדיקע פּרטים. פֿון דער ליובאַװיטשער ישיבֿה אין פּיטסבורג, פּענסילווייניע איז ער אַרײַן אין דער יעקישער ישיבֿה אין װאַשינגטאָן-הײַטס, ניו-יאָרק, װוּ מען האָט געפֿאָלגט דעם דײַטשישן נוסח פֿון ר׳ שמשון רפֿאל הירש. דאָ האָט מען זיך אָפּגעגעבן אַ סך מער מיט װעלטלעכע לימודים אײדער בײַ די ליובאַװיטשער. פֿרומקײט איז אָבער ניט געװען מנחמן צום האַרץ און ער איז אַװעק אין אַ פּאָבליק-סקול, כאָטש דאָס איז אױך געװען אַן אַנטױשונג.
זײַן װעג צו זיך, שרײַבט פֿוקס, איז געװען פֿול מיט סתּירות: צװישן אמונה און װעלטלעכקײט, צװישן זײַן עלטערנס פּױלישן עבֿר און זײַן אײגענעם אַמעריקאַנער הײַנט, צװישן ייִדיש און ענגליש. ער פֿאַרסך–הכּלט, אַז צו לײזן די דאָזיקע סתּירות איז ער ניט געװען בכּוח, אָבער ער האָט זיך אויסגעלערנט ווי זיך אַן עצה צו געבן מיט זײ.
צום גליק האָט ער יאָ געפֿונען זײַן אײגענע ייִדישע סבֿיבֿה. דאָס איז אָבער ניט געווען אין אַ ישיבֿה נאָר אינעם װעלטלעכן ייִדישיסטישן קעמפּ „המשך‟. זײַן אַנטדעקונג פֿון אַזאַ סאָרט געזעלשאַפֿט, און ווי דאָס האָט געווירקט אויף אים, איז אַליין אַן אינטערעסאַנטער טייל פֿון זײַן לאַנגן וועג צו ווערן „סתּם אַן אַמעריקאַנער‟.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO