Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אלישע ראָדין – אַ פּאָעט אַ מורד־במלכות װאָס איז געגאַנגען אױף קידוש־הלשוןElisha Rodin – a poet in the USSR who wrote defiantly in Hebrew

ראָדינס איבערגאַנג פֿון ייִדיש אויף העברעיִש איז געווען אַ פּראָטעסט קעגן סטאַלין וואָס האָט פֿאַרווערט אַלץ פֿאַרבונדן מיט ציוניזם.

אין נאָװעמבער 2021 האָט מען געפּראַװעט דעם 75סטן יאָרצײַט פֿונעם דיכטער און קריטיקער אלישע ראָדין (1888–1946). וועלכער האָט לכתּחילה געדרוקט פּאָעזיע אױף ייִדיש און איז שפּעטער, מיטן אָנהײב פֿון מלכות־סטאַלין, אין גאַנצן אַריבער אױף העברעיִש — דװקא דעמאָלט װען דאָס שרײַבן אױף לשון־קודש איז געװאָרן אָסור בתּכלית האיסור.

אַבֿרהם־אליהו ראָדין איז געבױרן געוואָרן אין 1888 אין אַמטשיסלאַװ, מאָלעװער גובערניע. נאָך יונגערהײט האָט ער פֿאַרביטן זײַן נאָמען אױף „אלישע” — נאָך אלישע בן־אַבֿויה פֿון דער גמרא, אױך באַקאַנט װי „אַחר” („אַן אַנדערער”), דער פּראָטאָטיפּ פֿונעם אַפּיקורס װאָס איז „אַרױס לתּרבות רעה”. דעם דאָזיקן תּנא, װאָס איז „אַראָפּ פֿון דרך־הישר”, האָט ראָדין געװידמעט זײַן ערשט ליד. אַ פֿראַגמענט פֿון דער פּאָעמע „אחר” איז אַרױס אין 1914. די גאַנצע פּאָעמע איז שפּעטער אַרױס אין אַ ביכל פֿון אַכט זײַטלעך (האָמעל, 1921). נאָך פֿאַרן דרוקן זײַן דעביוט איז ראָדין געפֿאָרן קײן אָדעס, צו חיים־נחמן ביאַליקן, װאָס פֿון אים האָט ער געהאַלטן עולם־ומלואו, און פֿאָרגעלײענט אים די פּאָעמע. שפּעטער האָט ער זיך דורכגעשריבן מיטן העברעיִשן „נאַציאָנאַלן פּאָעט” און אים געשיקט נאָך לידער, אײנס אַ ציוניסטיש געשטימטס, װאָס הײבט זיך אָן מיט אַ ציטאַט פֿון הײַנריך הײַנעס באַרימטער „לאָרעלײ”:

איך װײס ניט װאָס זאָל דאָס באַדײַטן,

כ׳האָב קײן מאָל געזען יענע לאַנד…

און כ׳ברען און כ׳גײ אױס אױפֿן שײַטער

פון בענקשאַפֿט און פּײַן פֿון דעם בראַנד.

[…]

אַ ליבע, אַ ליבע אָן ברעגן

פֿון חדר, פֿון ליכטיקער באַנק…

— נאָך דאַן, אױף די קינדערשע װעגן

דײַן נאָמען דערמאָנט מיט געזאַנג,

גענאָד און גענאָדן אָן מאָסן…

די אָרעמע קלײנטשינקע לאַנד

האָט ימען אױף אונדז אױסגעגאָסן:

אומשטערבלעכקײט, ליכט און טאַלאַנט.

װי ס׳באַמערקט אליעזר פּאָדריאַטשיק, איז ראָדינס „זאַפֿטער ייִדיש־לשון” ניט נאָר דורכגעפֿלאָכטן מיט די גראַמען פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן פּאָעט, נאָר אױך „מיטן העברעיִש פֿון יהודה הלוי: ‚אױף די שאָלן פֿון מײַן טרױער’, פֿלעגט ער ליב האָבן זיך ציטירן, ‘װעגט מער דאָס אָרעמסטע שטײנדל פֿון ארץ־ישׂראל װי דער מאַרמאָר און גינגאָלד פֿון קרעמל’.”

ניט געקוקט אױף זײַן שפּעטערדיקער אַהבֿת־ציון־פּאָעזיע, איז ראָדין פֿרי אַרײַן אין דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג. די לידער, װאָס ער האָט געדרוקט בעתן בירגערקריג, זאָגן עדות פֿון זײַן רעװאָלוציאָנערן ברען. אין יענער תּקופֿה זײַנען דערשינען ראָדינס ביכער „לידער און פּאָעמען” (כאַרקאָװ, 1918), „העראָיִק” (האָמעל, 1921) און „פֿון צװײ קװאַלן” (פּעטראָגראַד, 1924).

אַ װילד־קעמפֿערישע באַגײַסטערונג פֿאַר קריגס־קאָמוניזם קומט צום אױסדרוק, למשל, אין ראָדינס „אָקטאָבער”, געדרוקט אין אַ זאַמלביכל מיט שאַפֿונגען פֿון פּראָלעטאַרישע פּאָעטן („לידער” — האָמעל, 1921):

איך גײ גיב איבער לאַנד און לענדער:

איך האָב דעם שװערד אױף זײ געבראַכט,

מײַן צאָרן ניט אין מוסר־װערטער

צעגיסן װעל איך איצטער — שלאַכט!

גענוג געטענהט און געשריבן,

גערעדט אין דונער און אין בליץ —

— עס איז דער אומרעכט דאָך פאַרבליבן,

אין װעלט פאַרבליבן אײַנגעקריצט!

[…]

אומזיסט קומט נבֿיא… אַ ישעיה…

אומזיסט איז די כריסטאָסן רײד…

נײן, ניט מיט װערטער! — שװערד און פֿײַער,

כ׳בין מלאך־המוות, װעלט, דײַן טױט!

(כריסטאָס איז דער רוסישער נאָמען פֿאַר יעזוסן.)

מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט ראָדין שױן מער ניט גערימט און געלױבט דעם „שװערד און פֿײַער” פֿון רעװאָלוציע, נאָר באַקלאָגט די „יסורי־אָקטאָבער”, דהײַנו די פּאָגראָמען אױף אוקראַיִנע — אין אַ פֿעליעטאָן אָפּגעדרוקט אינעם ארץ־ישׂראלדיקן בלאַט, „דבֿר”.

באַװײנען די צעשטערונג און ירידה פֿון שטעטל איז אָבער געװען אָסור־חזיר בימי־סטאַלין — ובפֿרט אױף לשון־קודש. אין 1927 האָט ראָדין זיך עפֿנטלעך אַנטקעגנגעשטעלט דער אונטערדריקונג פֿון דער העברעיִשער שפּראַך און, לשם פּראָטעסט, באַשלאָסן מער ניט צו שרײַבן אױף ייִדיש, נײַערט נאָר און בלױז אױפֿן הײליקן העברעיִשן לשון. ניט פֿאַרן שופֿלאָד — אדרבא ואדרבא! אַ באַצײכענונג װי „אָנוס” אָדער „מאַראַן” איז דאָ פֿאַר קײן פֿאַל ניט שײך. אלא װאָס, ער האָט טאַקע באַװיזן, מיט דער הילף פֿון דן פּינעס און אַנדערע פֿרײַנד, איבערצופֿירן זײַן ליטעראַרישן קאָנטראַבאַנד קײן ארץ־ישׂראל און צו דרוקן לידער און ליטעראַטור־קריטיק אין די צײַטונגען „דבֿר” און „האָרץ”, װי אױך אין דער צײַטשריפֿט „גליונות”.

אַ דאַנק זײַן חבֿר, אַבֿרהם קָריבֿ, האָט מען אין 1938 אין תּל־אָבֿיבֿ געדרוקט זײַנעם אַ באַנד לידער „בִּפְֿאַתֿ נֵכָֿר” („אױפֿן ראַנד פֿון פֿרעמדן לאַנד”). קריטישע עסײען האָט ראָדין געדרוקט אַזעלכע, װאָס מע װאָלט בשום־אופֿן ניט דערלאָזט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזױ האָט ער, למשל, פֿאַרטײדיקט ביאַליקן אַקעגן דער סאָװעטישער קריטיק, אַנאַליזירט מאָמענטן פֿון שׂנאת־ישׂראל אין דער רוסישער ליטעראַטור און אַרױסגעטראָגן אַ שאַרפֿן משפּט איבער דער סאָװעטיש־ייִדישער פּאָעזיע, באַזונדערס איציק פֿעפֿער און איזי כאַריק, און זײער באַציִונג צום ייִדישן שטעטל װאָס האַלט בײַם גוססן און װערט געבראַכט צו קבֿורה „אָן לוויה און אָן מצבֿה”.

צוליב די דאָזיקע „עבֿירות” האָט מען אַרױסגעװאָרפֿן ראָדינען פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד און אױף אַזאַ אופֿן צוגענומען בײַ אים די פּרנסה. נאָך מער, מע האָט אים ניט אײן מאָל געבראַכט אין שפּיטאָל פֿאַר חולי־נפֿש. די פּסיכיאַטרישע באַהאַנדלונג, מישטײנס געזאָגט, האָט גורם געװען אַ שװערע קראַנקײט. ראָדינס נסיונות און יסורים זײַנען געקומען צו אַ סוף, װען ער האָט געהאַט אַ בלוטאױסגוס און איז נפֿטר געװאָרן אין נאָװעמבער 1946, ניט לאַנג נאָך דעם װי אַבֿרהם סוצקעװער און חיים לזר האָבן געהאַט צוגעגרײט זײַן עליה קײן ארץ־ישׂראל.

ביז ער האָט ניט אױסגעהױכט דעם לעצטן געפּײַניקטן אָטעם, האָט ער זיך אָבער ניט אונטערגעגעבן, דער העברעיִשער פּאָעט אלישע ראָדין, און שטאָלץ אָפּגעענטפֿערט זײַנע רודפֿים:

בּטֶרֶם מִיתָֿתִֿי אֵלַי צוֹעֶדֶתֿ,

אַגִּיד בְּפֶֿה מָלֵא בְּדָם,

מַה־טוֹבֿ לִי שֶׁנַּפְֿשִׁי נֶעֱקֶדֶתֿ

עַל מִזבֵּחַ הַשָּׂפָֿה.

(אײדער כ׳מאַך די אױגן צו, / זאָג איך מיטן מױל פֿול בלוט, / װױל איז מיר צו װערן געשאָכטן / אַלס אַ קרבן פֿאַרן לשון.)

געװען חילוקי־דעות צװישן קריטיקער אין מערבֿ, צי מע מעג אָנרופֿן די דערמאָרדעטע סאָװעטיש־ייִדישע שרײַבער „הרוגי־מלכות”. אַזױ צי אַזױ, װאָס שײך ראָדינען, זכרונו לבֿרכה, איז ער טאַקע פֿון די הרוגי־מלכות לױטן טראַדיציאָנעלן באַנעם, הי״ד.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.