איינער פֿון מענדעלעס באַקאַנטסטע ראָמאַנען קערט זיך אום צו זײַן הײמלאַנדOne of Mendele’s most renowned novels ‘returns’ to his homeland
די נײַע װײַסרוסישע איבערזעצונג פֿון „מסעות בנימין השלישי‟ איז אַ בײַטראָג אין דער פֿילשפּראַכיקער קולטור פֿון װײַסרוסלאַנד.
אין װײַסרוסלאַנד זענען דערצויגן געוואָרן אַ היפּשע צאָל חשובֿע ייִדישע פּערזענלעכקײטן: רבנים, כּלל–טוער, שרײַבער און קינסטלער. צװישן זײ איז דער זײדע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שלום–יעקבֿ אַבראַמאָװיטש, בעסער באַקאַנט ווי מענדעלע.
געבױרן געוואָרן איז ער אינעם שטעטל קאַפּוליע (קאָפּיל) אין מינסקער גובערניע. נאָך זײַן פֿאָטערס טױט האָט ער זיך געלאָזט װאַנדערן איבער װײַסרוסישע שטעטלעך, זיך געלערנט אין ישיבֿות און סוף–כּל–סוף אױסגעװאַנדערט קײן דרום, אין די אוקראַיִנישע פּראָװינצן װאָלין און פּאָדאָליע. אין אוקראַיִנע האָט ער פֿאַרבראַכט דאָס רעשט פֿון זײַן לעבן. בערך צען יאָר האָט ער געלעבט אין בערדיטשעװ, דעם „ירושלים פֿון װאָלין‟, װאָס ער האָט פֿאַראײביקט אין זײַנע ראָמאַנען אונטער דעם אױסגעטראַכטן נאָמען „גלופּסק‟, אַ שטאָט פֿון נאַראָנים. דאָ האָט אַבראַמאָװיטש אױך אױסגעטראַכט די געשטאַלט פֿון מענדעלע מוכר–ספֿרים, װאָס איז געװאָרן אי דער העלד אי דער כּלומרשטיקער מחבר פֿון זײַנע ליטעראַרישע װערק. לױטן כאַראַקטער איז מענדעלע געװען דער היפּוך צו אַבראַמאָװיטשן. אַבראָמאָוויטש איז געװען אַ קאַלטער ליטװאַק מיט אַ שאַרפֿזיניקן און קריטישן שׂכל, בעת מענדעלע איז געװען אַ װאַרעמער, באַרעדעװדיקער װאָלינער ייִד מיט אַ רײַכן כּוח–הדמיון.
די האַנדלונג פֿון מענדעלעס ראָמאַנען קומט פֿאָר אין אוקראַיִנע, אין דער געגנט צװישן קיִעװ און אָדעס. ערשט אין אײנעם פֿון די לעצטע װערק זײַנע, די זכרונות „שלומה רב חיימס‟ (אינעם העברעיִשן נוסח „בימים ההם‟, דאָס הײסט „אין יענע טעג‟) קערט זיך אַבראַמאָװיטש אום צו זײַנע קינדעריאָרן אינעם װײַסרוסישן הײמשטעטל. און דװקא דאָ, אין װײַסרוסלאַנד, האָט מען איצט װידער „אַנטדעקט‟ זײער באַרימטן לאַנדסמאַן. דער ייִדיש-װײַסרוסישער שרײַבער און איבערזעצער פּאַװעל קאָסציוקעװיטש האָט איבערגעזעצט מענדעלעס ראָמאַן „מסעות בנימין השלישי‟ אױף װײַסרוסיש. דאָס בוך האָט שײנע שפּילעװדיקע אילוסטראַציעס פֿונעם יונגן אַמעריקאַנער קינסטלער מיציאַ פּיסליאַק און איז אַרױס אינעם װילנער װײַסרוסישן פֿאַרלאַג „לאָגװינאַװ‟. די דאָזיקע אױסגאַבע איז אַ פּראָיעקט פֿונעם מינסקער „צענטער פֿאַר רײַסיש–ייִדישער ירושה‟, װאָסער ציל איז צו באַקענען דעם ברײטן װײַסרוסישן עולם מיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור װאָס האָט אַ מאָל געבליט אין זײער לאַנד.
דער איבערזעצער פּאַװעל קאַסציוקעװיטש איז אױפֿגעװאַקסן אין מינסק, האָט עולה געװען קײן ישׂראל, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט צען יאָר, און דערנאָך זיך אומגעקערט קײן מינסק. ער האָט זיך קונה–שם געװען צוליב זײַנע איבערזעצונגען פֿון דער ישׂראלדיקער און אַמעריקאַנער ליטעראַטור אױף װײַסרוסיש װי אױך צוליב זײַן אײגענער שאַפֿונג. אין פֿאַרגלײַך מיטן הײַנטיקן ישׂראלדיקן עבֿרית, װאָס קאָסציוקעװיטש קען זײער גוט, איז מענדעלעס לשון געװען אַ האַרבע סוגיא, אָבער דער איבערזעצער האָט זיך געספּראַװעט גאַנץ גוט. זײַן איבערזעצונג פֿונעם העברעיִשן נוסח פֿונעם ראָמאַן האָט אָפּגעהיט סײַ די שפּילעװדיקײט סײַ די פֿילמיניקײט פֿון מענדעלעס אײגנאַרטיקן סטיל. די װײַסרוסישע שפּראַך פֿון דער איבערזעצונג קלינגט פֿריש און הײמיש.
מען דאַרף דאָ האָבן אין זינען דעם אײגנאַרטיקן מצבֿ פֿון דער װײַסרוסישער שפּראַך אין הײַנטיקן װײַסרוסלאַנד. גלײַך מיט רוסיש איז דאָס אײנע פֿון די אָפֿיציעלע מלוכישע שפּראַכן. אָבער די מלוכישע מאַכט רעדט כּמעט אױסשליסלעך אױף רוסיש, בעת װײַסרוסיש װערט אַלץ מער פּאָפּולער צװישן דער נאַציאָנאַלער אינטעליגענץ, װאָס איז כּסדר צװײ–שפּראַכיק. מענדעלעס װערק זײַנען שױן לאַנג פֿאַראַן אין גוטע רוסישע איבערזעצונגען, װאָס זײַנען צוטריטלעך אי אין בוך–פֿאָרם אי אױף דער אינטערנעץ.
צוליב װאָס זשע דאַרף מען האָבן אַ װײַסרוסישן נוסח פֿון מענדעלעס ראָמאַן? אַן ענלעכע פֿראַגע האָט מען געשטעלט מיט מער װי הונדערט יאָר צוריק מכּוח די איבערזעצונגען פֿון דער װעלט–ליטעראַטור אױף ייִדיש און העברעיִש. װי עס האָבן דערקלערט קאָסציוקעװיטש און זײַן קאָלעגע, דער קינסטלער און ייִדישיסט אַלעס אַסטראַוך, האָט מען בדעה צו פֿאַרברײטערן דעם מולטי–קולטורעלן גערעם פֿון דער װײַסרוסישער ליטעראַטור. זײער השׂגה פֿון דער װײַסרוסישער ליטעראַטור נעמט אַרײַן ניט נאָר די װערק, װאָס זײַנען אין מקור אָנגעשריבן אױף װײַסרוסיש, נאָר אױך די, װאָס זײַנען אַנטשטאַנען אין װײַסרוסלאַנד אױף אַנדערע שפּראַכן, װי רוסיש, פּױליש, ייִדיש און העברעיִש.
צוליב דעם האָט מען ניט נאָר איבערגעזעצט מענדעלעס קלאַסישן ראָמאַן אױף װײַסרוסיש, נאָר אױך אים צוגעגעבן אַ ביסל ליטװאַקישן טעם. דאָס זעט מען למשל אין קורצע קאָמענטאַרן און אין די בילדער, װוּ מען קען דערקענען סימנים פֿון דער װײַסרוסישער לאַנדשאַפֿט. אין אונטערשיד צו באַקאַנטע אילוסטראַציעס פֿון שלמה יודאָװין, זײַנען פּיסליאַקס בילדער ניט עטנאָגראַפֿיש אָדער היסטאָריש פּינקטלעך. זײ זײַנען שטיפֿעריש–נאַיִװ, אינעם סטיל פֿון פֿילם–אַנימאַציע, מיט אַ סך טשיקאַװע פּרטים. זײ װענדן זיך ניט צו דעם קענער פֿון דער ייִדישער קולטור–געשיכטע, נאָר צו אַ הײַנטיקן לײענער.
װי עס האָט באַמערקט אַסטראַוך בעת דער װירטועלער דיסקוסיע פֿון דעם בוך, איז מענדעלע געװען אַ גרױסער קינסטלער, װאָס האָט גענוצט כּלערלײ ליטעראַרישע מכשירים. אין „מסעות בנימין השלישי‟ האָט מענדעלע אױסגעמאָלט אַ מאָדנע און פֿאַנטאַסטישע װעלט, אַ פּועל–יוצא פֿון זײַן העלדס הײסן כּוח–הדמיון. בנימינס פֿאַנטאַזיעס לאָזן זיך אױסטײַטשן אױף ביז גאָר פֿאַרשײדענע אופֿנים, סײַ אינעם ציוניסטישן גײַסט, סײַ װי אַ מין סאַטירישע קריטיק פֿון די ציוניסטישע חלומות פֿון יענער צײַט. אין דער דאָזיקער פֿילזײַטיקײט שטעקט דער סוד פֿון מענדעלעס גדולה. יעדער דור און יעדע קולטור קען דערין געפֿינען עפּעס, װאָס רעדט דירעקט צו זײער האַרץ און נשמה.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO