Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון קויבישעװ!‟ — ראַדיאָ–אױדיציעס פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט“This is Kuybyshev!” – Yiddish radio broadcasts from the USSR

דער אַרטיקל נעמט אַרײַן אַ זעלטענעם ווידעאָ פֿון די סאָוועטיש־ייִדישע קולטור־טוער מיכאָעלס און פּרץ מאַרקיש בײַם מיקראָפֿאָן.

דעם 24סטן אױגוסט 1941 איז אין מאָסקװע פֿאָרגעקומען אַ ראַדיאָ–מיטינג פֿון סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן, קינסטלער און כּלל–טוער. זײ האָבן צוגערופֿן זײערע ייִדישע ברידער און שװעסטער אין אױסלאַנד צו העלפֿן דער רױטער אַרמײ אין איר קאַמף קעגן היטלערס דײַטשלאַנד. דער דאָזיקער מיטינג האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױף ייִדן אין אַמעריקע, ענגלאַנד און ארץ–ישׂראל. נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס האָט מען װידער געהערט די שטימען פֿון פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן און שלמה מיכאָעלס. װי עס שרײַבט די ישׂראלדיקע פֿאָרשערין שלי זר ציון, איז די תּל–אָבֿיבֿער צײַטונג „דבֿר‟ אַרױס דעם 26סטן אױגוסט מיטן קעפּל, „דאָס רוסישע ייִדנטום באַקענט זיך מיט זײַנע ברידער‟.

אין דעם ווידעאָ, למשל, קענט איר זען און הערן ווי מיכאָעלס רעדט אויף רוסיש, און פּרץ מאַרקיש — אויף ייִדיש, בעת דער ערשטער מיטינג, אין 1941:

אױף די שפּורן פֿונעם דערפֿאָלג פֿונעם דאָזיקן ראַדיאָ-מיטינג האָט דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט אין 1942 אָנגעהױבן רעגולערע ראַדיאָ–אױדיציעס פֿאַר ייִדישע צוהערער אין אַמעריקע און ענגלאַנד. דאָס איז געװען אַ טײל פֿון דער אַלגעמײנער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע–קאַמפּאַניע. לכתּחילה האָט מען געפֿירט די דאָזיקע אױדיציעס פֿון דער שטאָט קוּיבישעװ (הײַנט סאַמאַראַ), װוּ עס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען די סאָװעטישע רעגירונג. צום באַדױערן קען מען עד–היום ניט געפֿינען די רעקאָרדירונג פֿון די דאָזיקע אױדיציעס, אָבער זײערע טעקסטן האָבן זיך יאָ אָפּגעהיט, װײַל מען האָט זײ געמוזט צושטעלן פֿאַר דער צענזור.

צװײ מאָל אַ װאָך, דינסטיק און שבת, האָט מען צוגעגרײט אַ פּראָגראַם אױף אַ האַלבער שעה. יעדע אױדיציע האָט זיך אָנגעהױבן מיט די װערטער: „אַלאָ! אַלאָ! עס רעדט קויבישעװ‟. כּסדר איז די פּראָגראַם באַשטאַנען פֿון פֿיר טײלן: די לעצטע ידיעות פֿונעם מלחמה-פֿראָנט, אַ פּאָליטישער רעפֿעראַט אינעם סאָװעטישן גײַסט, אַ באַריכט װעגן דײַטשישע רציחות קעגן ייִדן אױף די אָקופּירטע שטחים און אַ ליד אָדער אַ קורצע דערצײלונג פֿון אַ ייִדישן שרײַבער. אַזױ אַרום האָט מען צונױפֿגעמישט די פּאָליטישע פּראָפּאַגאַנדע מיט דער ייִדישער קולטור, כּדי צוצוציִען אַ ברײטן אױסלענדישן עולם.

ספּעציעל אינטערעסאַנט זײַנען דװקא די באַריכטן, װאָס זײַנען געװען די ערשטע דאָקומענטאַלע גבֿית–עדותן פֿון דעם חורבן. למשל די אױדיציע פֿונעם 1טן יוני 1943 האָט געגעבן אַ פּרטימדיקן באַריכט פֿון ב. נאַדעל (ניט צו פֿאַרפּלאָנטערן מיטן באַקאַנטן היסטאָריקער און בונדיסטישן טוער, בנימין נאַדעל) װעגן דער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישע ביכער–זאַמלונגען אין דער כאַרקאָװער מלוכישער ביבליאָטעק אין און דער קיִעװער ייִדישער ביבליאָטעק אױף מאָריס װינטשעװסקיס נאָמען. פֿאַר דער מלחמה האָט נאַדעל געאַרבעט װי אַ ביבליאָטעקאַר אין כאַרקאָװ און ער האָט גוט געקענט די רײַכע ייִדישע זאַמלונגען אין אוקראַיִנע. צום שלוס פֿון דער דאָזיקער אױדיציע האָט דוד האָפֿשטײן פֿאָרגעלײענט צװײ לידער זײַנע. צװישן אַנדערע רעדנער, װאָסערע שטימען מען האָט געקענט הערן אין סאָװעטישע אױדיציעס פֿון קויבישעװ, זײַנען געװען די דיכטער שמואל האַלקין, פּרץ מאַרקיש, איציק פֿעפֿער, די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, הערש אָרלאַנד און אַבֿרהם גאָנטאַר און דער פּױלישער ייִדישער שרײַבער בער מאַרק.

אינעם רוסישן מלוכישן אַרכיװ פֿון פֿאָנאָגראַפֿישע דאָקומענטן האָט זיך אָפּגעהיט אַ רעקאָרדירונג פֿונעם צװײטן ראַדיאָ-מיטינג פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס איז פֿאָרגעקומען נײַן חדשים נאָך דעם ערשטן, דעם 24טן מײַ פֿון 1942. דער צװײטער מיטינג האָט געדױערט מער װי צװײ שעה און עס האָבן דאָ גערעדט מער װי צען רעדנער אױף רוסיש, ייִדיש און ענגליש. עס איז מערקװירדיק, װאָס אין די אַרכיװאַלע רעקאָרדירונג געפֿינען זיך די רעדעס, אָבער מע האָט אָפּגעמעקט די אַנאָנסן מיט די נעמען פֿון די רעדנער. אַ סבֿרא, האָט מען דאָס געטאָן שפּעטער, װען דאָס רובֿ רעדנער זײַנען אַרעסטירט און פֿאַרמשפּט געװאָרן בעת די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות פֿון 1948 – 1952. זײערע נעמען זײַנען דעמאָלט געװאָרן טריף-פּסול אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד. אָבער אױף אַזאַ אופֿן האָט מען געקענט אָפּהיטן די אוניקאַלע רעקאָרדירונג.

איצט קען מען אידענטיפֿיצירן כּמעט אַלע רעדנער אױפֿן סמך פֿון אַנדערע אַרכיװאַלע מקורים. שלמה מיכאָעלס האָט געעפֿנט דעם מיטינג מיט אַ רעדע אױף רוסיש. אױף ייִדיש קען מען דאָ הערן די שטימען פֿון דוד בערגעלסאָן, דעם דיכטער אַהרן קושניראָװ און דעם לינגװיסט אלי ספּיװאַק. אױף ענגליש האָבן גערעדט דער באַרימטער סאָװעטישער קינדער–דיכטער שמואל מאַרשאַק און דער באַװוּסטער כעמיקער אלכּסנדר פֿרומקין. מען האָט איבערגעגעבן גרוסן דעם סאָװעטישן פֿאָלק פֿון חיים זשיטלאָװסקין פֿון ניו–יאָרק און פֿונעם דײַטשיש–ייִדישן שרײַבער ליאָן פֿײכטװאַנגער פֿון סאַנטאַ-מאָניקאַ, קאַליפֿאָרניע. צום סוף, װי עס איז געװען דער סאָװעטישער מנהג אין יענער צײַט, האָט מען פֿאָרגעלײענט אַ װענדונג צו דעם חבֿר יאָסיף סטאַלין.

יעדע רעדע האָט געהאַט אַן אײגענעם טעם און באַטײַט. אױף ענגליש האָט מען אַפּעלירט צו די הומאַניסטישע געפֿילן און באַטאָנט די גרױזאַמקײט פֿון די נאַציסטישע רציחות. אױף ייִדיש האָט בערגעלסאָן ציטירט דעם פּסוק פֿון תּהילים (סט, ב): „באו מיים עד נפֿש‟ (די װאַסערן האָבן דערגרײכט מײַן נשמה). אַזאַ מין רעטאָרישער באַניץ מיט פּסוקים געפֿינט מען אױך בײַ אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע מחברים פֿון דער מלחמה-צײַט, בפֿרט בײַ מאַרקישן, דוד האָפֿשטײן און דעם נסתּר. בערגעלסאָן האָט אָנגעשריבן אַ פּיעסע אונטערן טיטל „כ׳װעל לעבן‟. זר ציון שרײַבט, אַז װען דער ישׂראלדיקער דיכטער אַבֿרהם שלונסקי האָט בערגעלסאָנס פּיעסע איבערגעזעצט אױף עבֿרית פֿאַרן „הבימה‟-טעאַטער אין 1944, האָט ער איבערגעטײַטשט דעם טיטל אַזױ: „לא אמות כּי אחיה‟ (תּהילים, קיח, יז) – „כ׳װעל ניט שטאַרבן װײַל כ׳װעל לעבן‟. פּונקט דעם דאָזיקן פּסוק האָט בערגעלסאָן ציטירט אין זײַן רעדע אױפֿן ערשטן ראַדיאָ–מיטינג אין 1941.

די ראַדיאָ–אױדיציעס פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט זײַנען געװען ניט סתּם אַ כּלי פֿון דער סאָװעטישער פּראָפּאַגאַנדע. זײ האָבן געדינט װי אַ לעבעדיקע קלאַנגבריק צװישן די סאָװעטישע ייִדן און דעם ייִדישן עולם מעבֿר–לים איבער דעם תּהום פֿונעם חורבן, װאָס איז געלעגן צװישן זײ.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.