Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער אויפֿשטאַנד קעגן דעם לינקן ייִדישן טעאַטער אין בוענאָס־אײַרעסThe revolt against the pro-Communist Yiddish theater in Buenos Aires

אין די 1950ער האָט דער פּאָפּולערער איפֿט־פֿאָלקס־טעאַטער זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרדאַמען סטאַלינס רעזשים, אַ זאַך וואָס האָט אים געקאָסט טײַער.

אַלע קינדער אין די עפֿנטלעכע אַרגענטינער שולן ווייסן וואָס איז בולאָן סור-מער — דאָס שטעטל אין פֿראַנקרײַך, אַוווּ ס’האָט זיך באַזעצט דער נאַציאָנאַלער אַרגענטינער העלד כאָסע סאַן מאַרטין.

בולאָן סור-מער איז אויך די גאַס אין בוענאָס־אײַרעס וווּ עס שטייט ביז הײַנט די י. ל. פּרץ-שול, וווּ איך האָב דורכגעמאַכט מײַנע ערשטע, זיסע קינדער-יאָרן — קינדער-גאָרטן, פֿאָלקסשול און מיטלשול. און פּונקט אויף דער זעלבער גאַס, אָ בלאָק פֿריִער, נעבן קאָריענטעס-גאַס, שטייט עד־היום דער בנין פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן פֿאָלקס-טעאַטער, באַקאַנט ווי איפֿט. אין דעם טעאַטער אַוווּ מען שפּילט שוין מער נישט אויף ייִדיש, האָט מײַן פֿאָטער געשפּילט הויפּטראָלעס אין כּלערליי פּיעסעס.

זינט כ’בין געווען אַ זעקס־יאָריק קינד, בין איך מיט מײַן עלטערן ברודער ראובן, געקומען יעדן זונטיק צו דער מאַטינע-פֿאָרשטעלונג, 5 אַ זייגער נאָך מיטאָג. אַזוי האָב איך אין זיך אײַנגעזאַפּט טיפֿע איבערלעבונגען פֿון מאַסן-סצענעס, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, וועלכע זענען אויף דער בינע פֿאָרגעשטעלט געוואָרן פֿאַר אַן עולם פֿון אַ 750 פּערזאָן. דער ייִדישער טעאַטער איז מיר געווען ווי אַ צווייטע היים און האָט מיר פֿאַרשאַפֿן אַזוי פֿיל נחת-רוח און אומפֿאַרגעסלעכע איבערלעבונגען.

yid theater in buenos aires

דער ייִדישער פֿאָלקס־טעאַטער אין בוענאָס־אײַרעס, באַקאַנט ווי דער איפֿט Image by Archivo Teatro IFT, Centro Documental y Biblioteca “Pinie Katz”

דער איפֿט-טעאַטער איז געווען אונטער דער השפּעה פֿון דער לינקער אָרגאַניזאַציע, איקוף (ייִדישער קולטור-פֿאַרבאַנד). דאָס האָט בײַ מיר, אַ זיבן־יעריקן קינד, ניט געהאַט קיין ספּעציעלן באַטײַט. אין די אָנהייב 1950ער יאָרן האָט זיך אָבער אָנגעצונדן אַ פּאָליטישער מחלוקת בײַ די אַרגענטינער ייִדן צוליב צוויי געשעענישן: דער קאָמוניסטישער רעזשים אין טשעכיע האָט באַשולדיקט אַ ייִדן, אַהרון כּהן, אין שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל, און דעם 12טן אויגוסט 1952 האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד דערהרגעט 13 ייִדישע שרײַבער און קולטור-אַקטיוויסטן.

דאָס האָט אויפֿגעטרייסלט דעם גאַנצן ייִדישן ייִשוב אין אַרגענטינע. רעפּרעזענטאַטיווע קהילה-אינסטיטוציעס, ווי אַמיאַ און דאַיאַ, האָבן געפֿאָדערט בײַ דער פֿירערשאַפֿט פֿון איפֿט זיך אָפּצוטרייסלען פֿון דער אַנטיסעמיטישער האַנדלונג פֿונעם סאָוועטישן רעזשים. אַז די פֿירער פֿון איפֿט האָבן זיך אָפּגעזאָגט עס צו טאָן, האָט אַ גרופּע אַקטיאָרן, מײַן פֿאָטער זישע צווישן זיי, באַשלאָסן אַז זיי ציִען זיך צוריק פֿון זייער טעטיקייט אינעם דאָזיקן טעאַטער, ביז מען פֿאַרדאַמט נישט די אַנטיסעמיטישע און אַנטי-ציוניסטישע קאַמפּאַניעס פֿון מאָסקווע.

ווען איך פֿלעג, אין די „גוטע צײַטן‟, קומען אין טעאַטער זענען אויף די ווענט פֿון פֿאָיע געהאָנגען פֿאָטאָס פֿון גאַנצן קאָלעקטיוו-טעאַטער, און פֿון מײַן פֿאָטער בתוכם. ווי גליקלעך און שטאָלץ האָב איך זיך דאַן געפֿילט ווען כ’בין אַרײַנגעקומען און דערזען מײַן פֿאָטערס בילד אויף אַזאַ בכּבֿודיקער וואַנט צוזאַמען מיט די בילדער פֿון זײַנע נאָענטע אַקטיאָרן-פֿרײַנד.

ווען אָבער ס’האָט זיך געשאַפֿן די שאַרפֿע שפּאַנונג און ריס צווישן דער טעאַטער-אָנפֿירונג און דער גרופּע אַקטיאָרן-רעבעלן, וואָס האָבן ניט געקאָנט פֿאַרשווײַגן די שעדלעכע טאַטן פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָט זיך מײַן פֿאָטער דערוווּסט, אַז מ’האָט זײַן בילד, ווי אויך די בילדער פֿון די אַנדערע „פֿאַררעטער‟, אַראָפּגענומען פֿון דער וואַנט און געלאָזט דאָרטן עטלעכע ליידיקע ערטער.

אוי, אַזאַ פֿאַרדראָס און שטאָך האָט מײַן טאַטע דערפֿילט! כ’בין זיך משער, אַז דאָס זעלבע איז געווען בײַם גאַנצן „קלוב‟ — מײַן פֿאָטערס נאָענטע חבֿרים. זיי האָבן אַ פּנים זיך ניט פֿאָרגעשטעלט אַז די טעאַטער-אָנפֿירונג וועט רעאַגירן אויף אַזאַ אַכזריותדיקן אופֿן. ס’איז געווען ממש אַ גט. אַ ריס. אַ גירוש. און דאָס האָט געברענט אין די הערצער פֿון דער גרופּע אַקטיאָרן וואָס האָבן געהאַט אויפֿגעבויט דעם טעאַטער און זיך פֿאַרעקשנט צו פֿאַרטיידיקן זייער נאַציאָנאַלע ווירדע און פּראָטעסטירט קעגן דעם לינקיזם וואָס האָט בלינדערהייט נאָכגעפֿאָלגט די אינסטרוקציעס פֿונעם קרעמל.

ווען מײַן פֿאָטער און זײַן גרופּע האָבן פֿאַרשטאַנען אַז ס’איז ניטאָ קיין וועג אויף צוריק, האָבן זיי באַשלאָסן, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַ ייִדישן זשורנאַליסט, משה פֿלוימבוים, אויך אַן אַנטוישטער פֿון לינקיזם, אַרויסצוגעבן אַ צײַטשריפֿט אונטערן נאָמען, „קלאָרקייט‟, וואָס זאָל פֿאַרן ברייטן עולם אַרויסברענגען די סיבות וועלכע האָבן זיי באַווויגן זיך אָפּצוזונדערן פֿון איפֿט און גיין אויפֿן נישט־לײַכטן וועגן פֿון אומאָפּהענגיקייט. זיי האָבן פֿאַקטיש אײַנגעשטעלט זייער טיפֿע ליבשאַפֿט צו קונסט און טעאַטער כּדי אויסצודריקן זייער אינערלעכן מאָראַלישן פּרינציפּ. די דאָזיקע אַקטיאָרן האָבן שפּעטער, אין דער שלום-עליכם שול פֿון די ציוניסטישע לינקע פּועלי-ציִון, געשאַפֿן דעם ניפֿט, דעם נאַציאָנאַלן ייִדישן פֿאָלקס טעאַטער.

נאָך דער שפּאַלטונג מיטן איפֿט, ווען כ’האָב שוין געלערנט אין דער י. ל. פּרץ-מיטלשול (זייער געבײַדע איז געשטאַנען אויף דער זעלבער גאַס ווי דער איפֿט), בין איך שוין מער קיינמאָל נישט פֿאַרבײַגענגאַנגען דעם איפֿט-בנין, אַזוי שטאַרק האָט געברענט די שׂינאה צווישן ביידע מחנות. דער איפֿט-בנין איז פֿאַר מיר געוואָרן טמא. כ’פֿלעג אַריבערגיין די גאַס, אַפֿילו מאַכן אַ גאַנצע רונדע פֿון בלאָק, כּדי כ’זאָל ניט דורכגיין לעבן דעם פֿאַרהאַסטן טעאַטער.

כ’האָב אויך מורא געהאַט צו קוקן אין דער ריכטונג פֿון די „מנוּוולים‟, מע זאָל מיך ניט פּלוצעם מיט אַ פֿײַנטלעכן בליק דערקענען און אָנווײַזן אויפֿן זון פֿונעם אַקטיאָר, דעם „פֿאַררעטער‟. אין יענע טעג בין איך מיט מײַן פֿאָטער געווען גאָר שטאָלץ. ער האָט צו אונדזער שטוב, אויף סאַלגעראָ-גאַס געהאַט אַרײַנגעבראַכט גאַנצע פּעקלעך פֿוון דער נײַער צײַטשריפֿט „קלאָרקייט‟. מײַן פֿאָטער, האָב איך פֿאַרשטאַנען, איז ניט נאָר געווען אַ באַליבטער און געלויבטער אַקטיאָר, ער איז אויך געווען אַ קעמפֿער פֿאַר צדק און נאַציאָנאַלן כּבֿוד. ער, צוזאַמען מיט זײַנע קלוב-חבֿרים, האָבן מיט ביטול אָפּגעלאַכט די לינקיסטן און זיי גערופֿן „בידלאָס‟ וואָס אויף רוסיש מיינט עס בהמות. (דעם באַטײַט פֿון דעם וואָרט האָב איך זיך דערוווּסט ערשט מיט יאָרן שפּעטער, דורך מוסאָרגסקיס שאַפֿונג „בילדער פֿון אַן אויסשטעלונג‟ וווּ איינס פֿון יענע בילדער הייסט טאַקע „בידלאָס‟.

בײַ מיר איז עס געוואָרן אַ נמשל אויפֿן גאַנצן לעבן. קונסט — יאָ. די גאַנצע נשמה מעג מען אָפּגעבן דער קונסט. אָבער ס’זענען פֿאַראַן געוויסע רויטע גרענעצן וואָס ס׳איז אָסור זיי אַריבערצוגיין. פֿיל יאָרן זענען פֿון דעמאָלט אַריבער. אין האַרצן איז מיר פֿאַרבליבן בעיקר די שיינקייט פֿון ייִדישן איפֿט-טעאַטער און די וואַרעמע היימישקייט פֿון דער ייִדישער שול. איצט זאָג איך צו זיך אַליין: גיי און דערצייל אָט די מעשׂה צום ייִנגערן דור. וועלן זיי פֿאַרשטיין? וועלן זיי דיך אויסהערן?

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.