פֿרומע אַקטיוויסטקעס רופֿן חרדישע פֿירער צו טאָן מער קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונגOrthodox activists call Haredi leaders to do more to fight sex abuse
וואָלונטירן האָבן אין פֿרומע געגנטן איבער ישׂראל אויסגעטיילט כּמעט 350,000 פֿלי־בלעטלעך שטיצנדיק די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג.
(ייִט״אַ). — דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק האָבן ס׳רובֿ אײַנוווינער אין בית־שמש, אַ שטעטל אין ישׂראל מיט אַ הויכער צאָל פֿרומע ייִדן, געהאַלטן אין מיטן זיך גרייטן אויף שבת. שושנה קיטס־דזשאַסקאָל האָט אָבער געהאַט אַן אַנדער זאַך אין זינען. שטייענדיק אויף דער גאַס האָט זי פֿאַר די פֿאַרבײַגייער אויסגעטיילט פֿלי־בלעטלעך, וואָס דריקן אויס מיטגעפֿיל מיט די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג. מיט עטלעכע טעג פֿריִער איז חיים וואַלדער, אַן אָנגעזעענער מחבר פֿון חרדישע קינדערביכלעך אין ישׂראל, באַגאַנגענען זעלבסטמאָרד נאָך דעם ווי אַ צאָל קינדער און פֿרויען האָבן אים באַשולדיקט אין האָבן זיי סעקסועל באַלעסטיקט.
דערנאָך איז אַ צווייטע זאַך געשען: ווי נאָר די ידיעה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַז דער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ האָט מנחם־אָבֿל געווען וואַלדערס משפּחה, האָט איינע פֿון די פֿרויען וואָס ער האָט, אַ פּנים, אַטאַקירט — שיפֿרה האָראָוויץ — זיך אַליין גענומען דאָס לעבן. אירע פֿרײַנד האָבן געמאָלדן אַז זי איז אין די לעצטע טעג געווען שטאַרק צערודערט פֿונעם אופֿן ווי די חרדישע פֿירער האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף זײַן טויט.
קיטס־דזשאַסקאָל, אַ מיטגרינדערין פֿון „חכמת נשים‟ — דער ישׂראלדיקער שתּדלנות־אָרגאַניזאַציע וואָס באַקעמפֿט די עקסטרעמיסטישע באַעוולונג פֿון פֿרויען אין דער פֿרומער וועלט — האָט דערפֿילט אַז די צײַט איז געקומען צו באַקעמפֿן די פּאַרעווע רעאַקציע צו סעקסועלער באַלעסטיקונג מצד די חרדישע רבנים. האָט זי, אַליין אַ פֿרומע אָבער נישט פֿון די חרדישע קרײַזן, צוזאַמען מיט אַ נעץ חרדישע אַקטיוויסטקעס און וואָלונטירן, אויסגעדרוקט 350,000 פֿלי־בלעטלעך און זיי אויסגעטיילט אין די חרדישע געגנטן ערבֿ־שבת.
אַ צאָל פֿרויען וואָס האָבן גענומען די בלעטלעך האָבן זי באַדאַנקט פֿאַר איר אַרבעט לטובֿת די געליטענע אָבער איין מאַן האָט איר געזאָגט אַז קען נישט קיין איין מענטש וואָס האָט געליטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג און זי קריטיקירט פֿאַרן אויסטיילן די בלעטלעך.
צום טייל פֿאַרשטייט קיטס־דזשאַסקאָל אַזאַ רעאַקציע. „ס׳איז נישט גרינג פֿאַר די חרדים וואָס מע לערנט זיי צו געטרויען זייערע פֿירער און רבנים. אַז זיי הערן אַז ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ שרעקלעכע עוולה וואָס די פֿירער וואָלטן געדאַרפֿט פֿאַרדאַמען אָבער טוען עס נישט, קומען זיי צום אויספֿיר אַז ס׳איז מסתּמא נישט אמת, אָבער אויב ס׳איז נישט אמת, וואָס איז יאָ דער אמת?‟
די פֿליבלעטלעך גיבן איבער די פּרטים וועגן דעם בית־דין וואָס האָט געהערט גבֿית־עדות קעגן וואַלדער, ציטירן רבנישע קוואַלן וועגן דער ערנסטקייט פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג און ענטפֿערט אויף דער פֿאַרשפּרייטער פֿראַגע, פֿאַר וואָס זאָלן פֿרומע ייִדן בכלל גלייבן באַשולדיקונגען פֿון באַלעסטיקונג וואָס מע האָט באַשריבן אין דער סעקולערער מעדיאַ?
זינט „האָרץ‟ האָט צום ערשטן מאָל געמאָלדן וועגן די באַשולדיקונגען קעגן וואַלדער אין נאָוועמבער, איז דער אָפּרוף פֿון דער פֿרומער וועלט געווען גאָר אַנדערש ווי פֿריִער, ווען מע פֿלעג אַזוינע זאַכן פֿאַרשווײַגן. „אײַכלערס‟, די באַקאַנטע ייִדישע ביכערקראָם אין ברוקלין, האָט געמאָלדן אַז זי וועט מער נישט פֿאַרקויפֿן וואַלדערס ביכער. גלײַך נאָך דעם האָט דער פֿאַרלאַג פֿעלדהײַם אויך אַנאָנסירט אַז ער וועט מער נישט פֿאַרקויפֿן וואַלדערס ביכער. ס׳האָט אויסגעזען ווי אַ היסטאָרישער ווענדפּונקט אין דער חרדישער וועלט.
אָבער נאָך דעם ווי וואַלדער האָט זיך גענומען דאָס לעבן האָבן אַ צאָל לערער געזאָגט זייערע תּלמידים אַז וואַלדערס זעלבסטמאָרד איז אַ באַווײַז פֿון די געפֿערלעכע עפֿעקטן פֿון לשון־הרע, און די עלטערן האָט מען געעצהט נישט צו רעדן וועגן דעם ענין פֿאַר די קינדער.
אויף וואַלדערס לוויה האָט דבֿ ווײַנראָט, אַן אַדוואָקאַט און וואַלדערס אַ פֿרײַנד, באַצייכנט די „האָרץ‟־זשורנאַליסטן וואָס האָבן געשריבן וועגן די באַשולדיקונגען פֿאַר „מערדער‟. דערצו האָבן אַ צאָל פֿרומע צײַטשריפֿטן אָפּגעדרוקט נעקראָלאָגן נאָך וואַלדערן וואָס האָבן בכלל נישט דערמאָנט די באַשולדיקונגען קעגן אים.
אין דער סאָציאַלער מעדיאַ זעט מען אָבער אַ גאָר אַנדער סאָרט רעאַקציע: פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון וואַלדערס קינדערביכער אין מיסטקאַסטן, און קאָמענטאַרן פֿון עלטערן וועגן די שווערע שמועסן וואָס זיי האָבן געפֿירט מיט זייערע קינדער וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג, און ווי אַזוי זיי — די קינדער — זאָלן דערקענען ווען עמעצער רירט זיי אָן אויף אַ נישט־פּאַסיקן אופֿן. מאָנטיק האָבן די חרדישע זשורנאַלן באַקומען אַ סך בריוו פֿון לייענער, קריטיקירנדיק זייער צו שוואַכע רעאַקציע אויף די באַשולדיקונגען. אַ קאַמפּאַניע צו זאַמלען געלט לטובֿת דעם קאַמף קעגן סעקסועלער באַלעסטיקונג האָט במשך פֿון בלויז עטלעכע טעג באַקומען 70,000$.
„מיר זעען אַ גרויסן אונטערשייד צווישן דער פּריוואַטער רעאַקציע פֿון יחידים און דער עפֿנטלעכער רעאַקציע פֿון די אינסטיטוציעס,‟ האָט קיטס־דזשאַסקאָל געזאָגט.
הרבֿ נתן סליפֿקין, דירעקטאָר פֿונעם באַקאַנטן „חומש־מוזיי‟ אין בית שמש, האָט געשריבן אין זײַן בלאָג אַז דער אומגעריכטער אָפּרוף אויף דער וואַלדער־פּרשה איז ענלעך צום אָפּרוף אויף דער טראַגעדיע אין הר מרון אין אַפּריל 2021 ווען 45 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן בעת דער ל״ג־בעומר־פֿײַערונג.
„דאָס וואָס וואַלדער, וואָס — ווי עס זעט אויס — איז טאַקע געווען אַ שרעקלעכער קינדער־ און פֿרויען־טשעפּער, איז נאָך זײַן טויט געלויבט געוואָרן מצד אָנגעזעענע חרדישע רבנים, פּאָליטיקער און צײַטשריפֿטן, און גלײַכצײַטיק האָט מען די מענטשן וואָס האָבן געשריבן געוואַלד באַצייכנט פֿאַר לשון־הרעניקעס וואָס האָבן אים אומגעבראַכט — איז בײַ אַ סך חרדים אַ סימן אַז ס׳איז געקומען די צײַט עפּעס צו זאָגן,‟ האָט סליפֿקין געשריבן.
עטלעכע בײַשפּילן פֿון אַזאַ ווענדפּונקט קען מען שוין זען: די העברעיִשע אויסגאַבע פֿונעם זשורנאַל „משפּחה‟ האָט אָפּגעדרוקט אַן עדיטאָריאַל וואָס האָט עפֿנטלעך דיסקוטירט סעקסועלע באַלעסטיקונג: „זיי [די געליטענע] זענען נישט די שולדיקע,‟ איז געשטאַנען אינעם עדיטאָריאַל. „אין נאָמען פֿון דער גאַנצע חרדישער עדה ווילן מיר אויסדריקן מיטגעפֿיל מיט אײַך. מיר שטיצן אײַך און גלייבן אײַך… און מיר וועלן טאָן אַלץ וואָס מיר קענען ווי אַ קהילה צו שאַפֿן אַ זיכערע, בעסערע וועלט פֿאַר אײַך.‟
דערווײַל טוט קיטס־דזשאַסקאָל אַליין אַלץ וואָס זי קען צו העלפֿן די געליטענע פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג אין די חרדישע קרײַזן. „מיר טאָרן נישט וואַרטן ביז נאָך מענטשן נעמען זיך דאָס לעבן צו פֿאַרשטיין אַז דאָס איז אַ ריזיקער קריזיס.‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO