די סאָוועטיש־ייִדישע קונסט פֿון אַ נײַעם קוקווינקלA new perspective on Soviet-Jewish art
אַ קאַטאַלאָג אַנאַליזירט ווי קונסטווערק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרן חורבן האָט אָפּגעשפּיגלט די אַנטוויקלונג פֿון אַ סאָוועטיש־ייִדישע אידענטיטעט.
די אױסשטעלונג „די בלאָנדזשענדע שטערן: סאָװעטישע ייִדנטום אין קונסט פֿאַר דער מלחמה‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקװע אינעם פֿרילינג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, איז געװען אױסן צו באַהאַנדלען די פּראָבלעמאַטישע באַציִונגען צװישן סאָװעטישקײט און ייִדישקײט אונטער אַ נײַעם קוקװינקל.
אַזױ דערקלערט די קוראַטאָרין נאַדיאַ פּלונגיאַן איר כּװנה אינעם אױסשטעלונג–קאַטאַלאָג, װאָס איז אַרױס ערשט לעצטנס. זי טענהט, אַז כּדי צו פֿאַרשטײן די אַנטװיקלונג פֿון דער סאָװעטישער קונסט אין די 1920ער-1930ער יאָרן, דאַרף מען זי אױפֿנעמען „סינטעטיש‟, דאָס הײסט נעמען אין באַטראַכט ניט נאָר די פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע טענדענצן, נאָר אױך די „לאָגיק פֿון די אינערלעכע ענדערונגען אינעם קינסטלערישן און עפֿנטלעכן לעבן‟. די אױפֿגאַבע פֿון איר אױסשטעלונג, דערקלערט פּלונגיאַן, איז געװען „צו אַנטפּלעקן און צונױפֿצוברענגען פֿאַרשײדענע בילדערישע סיסטעמען, װאָס שילדערן די געשיכטע פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער אידענטיטעט פֿון דער פֿאַר–מלחמיקער תּקופֿה‟.
פּלונגיאַן פּרוּװט צו געפֿינען סטיליסטישע און טעמאַטישע ענלעכקײטן אין די װערק פֿון פֿאַרשײדענע קינסטלער, װאָס האָבן אָנגעהױבן זײער װעג אין קונסט ערבֿ דער קאָמוניסטישער רעװאָלוציע פֿון 1917 אָדער גלײַך נאָך איר, און דערנאָך האָבן זיך געמוזט אַזױ אָדער אַנדערש צופּאַסן צו דעם אָפֿיציעלן סאָװעטישן סטיל. זײער אָנהײב האָט זיך צונױפֿגעפֿאַלן מיטן אױפֿבלי פֿונעם קינסטלערישן אַװאַנגאַרד, װאָס האָט געהאַט אַ נטיה צו אַבסטראַקציע און סוררעאַליזם.
שפּעטער, אין די 1930ער יאָרן, זענען לרובֿ קינסטלער אַריבער אויף רעאַליסטישע קונסטווערק, אױף די ראַנדן פֿונעם סאָװעטישן קינסטלערישן הױפּטשטראָם. דװקא הינטער דעם שאָלעכץ פֿונעם אָפֿיציעלן סטאַליניסטישן סטיל פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם איז געגאַנגען „אַן אינטענסיװער פּראָצעס פֿון באַטראַכטן פֿון דאָס נײַ די ייִדישע קולטור־ירושה‟. צו װײַזן אָט די דאָזיקע ייִדישע קערנדלעך איז געװען פּלונגיאַנס ציל אױף דער אױסשטעלונג.
װי אַזױ זשע האָבן די סאָװעטיש־ייִדישע קינסטלער אױסגענוצט די ייִדישע ירושה? דער ענטפֿער ליגט אין דעם טעמאַטישן סדר פֿון דער אױסשטעלונג: די רעװאָלוציע, דאָס שטעטל, ייִדישע קאָלװירטן, טעאַטער, ביכער, פּאָרטרעטן, און די אימאַזשן פֿון דער װאָכעדיקער סאָװעטישער טאָגטעגלעכקײט. די דאָזיקע טעמעס זײַנען געװען „כּשר‟ פֿאַר דער סאָװעטישער מלוכה, און ייִדישע קינסטלער האָבן געקענט זײ צוגעבן אַ געװיסע מאָס פֿונעם ייִדישן טעם. די קינסטלער האָבן געשעפּט שעפֿערישע יניקה פֿון דער מאָדערניסטישער קונסט פֿון דער קיִעװער קולטור-ליגע װי אױך פֿון די מאַטעריאַלן פֿון אַנ–סקיס עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס.
די אַלגעמײנע שטימונג פֿון זײערע װערק איז געװען גאַנץ פּעסימיסטיש. די צײכענונגען פֿון מאיר אַקסעלראָד און האָלצשניטן פֿון שלמה יודאָװין האָבן פֿאַרפֿיקסירט די ירידה פֿונעם אַלטן שטעטלדיקן שטײגער. מער אָפּטימיסטיש זײַנען געװען געשטאַלטן פֿון פּױערים אין ייִדישע קאָלװירטן און קאָמונעס, װוּ די סאָװעטישע מאַכט האָט געפּרוּװט צו שאַפֿן אַ נײַעם מין ייִד, װאָס איז פֿאַרטאָן אין דער „פּראָדוקטיװער‟ אַרבעט אױף דער ערד. אין דעם זין זײַנען די סאָװעטישע קאָמוניסטן געװען ענלעך צו די לינקע ציוניסטן אין ארץ–ישׂראל. דער חורבן האָט אָבער אױסגעמעקט כּמעט אַלע שפּורן פֿונעם סאָװעטישן עקספּערימענט.
די קינסטלער, װאָס װערן פֿאָרגעשטעלט אינעם קאַטאַלאָג, זײַנען געװען רעלאַטיװ מאַרגינאַל פֿאַר דער סאָװעטישער קונסט. זײערע װערק האָבן זיך אָפּגעהיט לרובֿ אין פּריװאַטע זאַמלונגען, קלײנע קונסט–גאַלעריעס אָדער בײַ זײערע משפּחות. עס האָט געפֿאָדערט אַ סך מי אָפּצוזוכן די דאָזיקע װערק און צו ברענגען זײ אין אַן אױסשטעלונג. אײניקע נעמען, אַזעלכע װי אַקעסלראָד, יודאָװין, יוסף טשאַיקאָװ און ראָבערט פֿאַלק זײַנען גוט באַקאַנט בײַ די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער קונסט. לײדער, צוליב דעם איצטיקן פּאָליטישן קאָנפֿליקט צװישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָט מען ניט געקענט באַקומען װערק פֿון אַזעלכע װיכטיקע קינסטלער װי ישׂשׂכר בער ריבאַק אָדער מאַרק עפּשטײן.
ביז גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די װײניק באַקאַנטע קינסטלער װי די אַזױ–גערופֿענע „גרופּע פֿון די פֿינעף‟. פֿאָרמעל האָט די דאָזיקע גרופּע ניט געהאַט קײן אױסגעשפּראָכענע ייִדישע אָריענטאַציע, אָבער פֿיר מיטגלידער זײַנען טאַקע געװען ייִדן: לעװ אַראָנאָװ, אַהרן רזשעזניקאָװ, אַבֿרהם פּײסאַכאָװיטש און לעװ זעװין. זײער טעמע איז געװען דאָס טאָגטעגעלכע לעבן פֿון סאָװעטישע לײַט, אָבער זײערע פּערסאָנאַזשן זײַנען לרובֿ געװען ייִדן. ס׳איז כּדאַי צו באַטאָנען זייערע פּאָרטרעטן פֿון באַקאַנטע פּערסאָנאַזשן, װי אַלכּסנדר לאַבאַסעס פּאָרטרעט פֿון דוד בערגעלסאָן אָדער מענדל גאָרשמאַנס פּאָרטרעט פֿון שלום–עליכמס ייִנגערן ברודער, װעװיק ראַבינאָװיטש.
גאָר אַנדערש איז געװען דער סטיל פֿון טעאַטער–דעקאָראַציע. דאָ האָט מען געהאַט מער פֿרײַהײט צו מאַכן פֿאָרמעלע און סטיליסטישע עקספּערימענטן. דער קוביסטישער סטיל האָט זיך ספּעציעל גוט צוגעפּאַסט צו דער טעאַטער–בינע. עס האָבן זיך אָפּגעהיט מערקװירדיקע סקיצן פֿון מאיר אַקסעלראָד אין שייכות מיט דער טעאַטראַלער אױפֿפֿירונג פֿון דוד בערגעלסאָנס ראָמאַן, „מידת הדין‟, און ראָבערט פֿאַלקס דעקאָראַציע צו י. ל. פּרצעס „בײַ נאַכט אױפֿן אַלטן מאַרק‟.
די אױסשטעלונג האָט ספּעציעל דערװיזן, װי אַזױ די ייִדישע טעאַטער–קינסטלער האָבן געשעפּט זײערע אידעען און אימאַזשן פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע חפֿצים. למשל, די טירן אין אלכּסנדר טישלערס דעקאָראַציעס פֿאַר דער באַרימטער אױפֿפֿירונג פֿון שעקספּירס „קעניג ליר‟ אינעם מאָסקװער מלוכישן ייִדישן טעאַטער זענען, אַ פּנים, אינספּירירט געוואָרן פֿון די טירעלעך וואָס מע זעט בײַ בשׂמים-ביקסלעך.
די אױסשטעלונג „די בלאָנדשזערנע שטערן‟ לאָזט פֿון דאָס נײַ באַטראַכטן די סאָװעטישע ייִדישע געשיכטע. אַ גרױסע מעלה פֿון דער מאָלערײַ און סקולפּטור אין פֿאַרגלײַך מיט ליטעראַטור איז דאָס, װאָס זײ לאָזן זען דעם עבֿר װי אַ ממשותדיקן יש, ניט סתּם לײענען װעגן אים אין ביכער אָדער צײַטונגען. לאָמיר האָפֿן, אַז נאַדיאַ פּלונגיאַן און אירע קאָלעגעס װעלן ממשיך זײַן זײער פֿאָרשערישע אַרבעט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO