Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דניאל קאַהנס נײַער אַלבום - אַ גוטער ענטפֿער אויף די וואָס פֿרעגן: „פֿאַר וואָס ייִדיש?“Daniel Kahn’s new album – the perfect comeback for those who ask: “Why Yiddish?”

די זאַמלונג, וואָס הייסט „ווערטער בעטלער“, נעמט אַרײַן לידער פֿון אַהרן צײטלין, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און קאַהנס מוזע — מרדכי געבירטיג.

To listen to this article, click here.

דניאל קאַהנס נײַער אַלבום, „ווערטער בעטלער“, איז — װי זײַנע אַנדערע װערק – אַ זאַמלונג לידער וועגן און לטובֿת די װאָגלערס, אימיגראַנטן, אַפּיקורסים, אַרבעטערס און „די וואָס קענען נישט/און די וואָס װילן נישט/אין אַרבעט זײַן געשפּאַנט,“ ווי ער זינגט אַליין אין זײַן באַאַרבעטונג פֿון אַהרן צייטלינס „ליד פֿון לעצטן אינטערנאַציאָנאַל.”

אין דער זאַמלונג פֿיגורירן, װי געװיינטלעך, אַ סך מיטאַרבעטערס — אָבער דאָס מאָל זײַנען די שותּפֿים נישט זײַן קאַפּעליע „דער באַמאָלטער פֿויגל,“ אָדער אַנדערע זינגערס, נאָר די שרײַבערס און פּאָעטן אַליין, סײַ די לעבעדיקע סײַ די וואָס זענען שוין אַוועק. דערבײַ גיט דער אַלבום אונדז אַ געלעגנהײט נעענטער זיך צו באַקענען מיט אײנעם פֿון די גרעסטע טרובאַדורן אױף דער הײַנטיקער ייִדישער גאַס — און עס איז בלי־שום־ספֿק כּדאַי.

daniel kahn cd

Image by Michael Fetscher

„ווערטער בעטלער“, וואָס איז אַרױס דעם 3טן דעצעמבער 2021 דורך אָריענטע מוזיק אין בערלין, איז אַן אױפֿקלײַב פֿון עלף לידער װאָס קאַהן האָט איבערגעזעצט און באַאַרבעט פֿון ייִדיש, ענגליש, דײַטשיש און פֿראַנצײזיש. הערנדיק די לידער שאַפֿט זיך אַן אינטים געפֿיל, עלעהײ מע װאָלט געזעסן אין אַ פֿינצטערלעכן קאַפֿע, זיפּנדיק אַ הײס געטראַנק אָדער געזעסן אין די ערשטע רייען פֿאַר דער בינע. די לידער האָט מען, צום גרעסטן טייל, רעקאָרדירט אָן שום האַרמאָניעס, אַחוץ עטלעכע װאָס קאַהן האָט איבערגעלייגט מיט זײַן אייגענעם קול, זינגענדיק די האַרמאָניעס, אָדער וווּ ער באַגלייט זיך אַליין מיט דער האַרמאָשקע. סײַ די דירעקטע רעקאָרדירונג סײַ דאָס נישט באַניצן עלעקטרישע אינסטרומענטן ברענגען צום אַלבום אַ פּשטות פֿון קלאַנג, װאָס װעבט דורך די טײל מאָל קאָמפּליצירטע טעמעס.

דער טיטל, „ווערטער בעטלער“, שטאַמט פֿון זײַן לאַנגיאָריקער מוזע, דעם באַרימטן פּאָעט און לידער־שרײַבער, מרדכי געבירטיג. דאָס ליד, „זעקס שורות“ הייבט אַרויס אַ שװערן ענין, װאָס מוטשעט קאַהן מסתּמא, פּונקט ווי עס שטערט אַ סך אַנדערע לײַט, װעלכע אַרבעטן הײַנט מיט דער ייִדישער קולטור׃ „װער דאַרף אַ ליד/און נאָך דערצו אױף ייִדיש?“ פֿונדעסטװעגן, ענטפֿערט דער אַלבום קלאָר און שאַרף: „אונדז!“ און „יאָ, אַװדאי און אַװדאי!“

כאָטש דער סטיל פֿון די לידער איז אַ ביסל אַנדערש פֿון קאַהנס פֿריִערדיקע (מער פֿאָלקסטימלעך און דזשעזיש אײדער קלעזמער), זײַנען די טעמעס פֿון די לידער בהסכּם מיט זײַנע פֿריִערדיקע װערק: אַ דיאַלעקטיק צװישן אָפּפֿרעמדונג און צוגעהעריקײט, אָרעמקײט און רײַכקײט, גרענעצן און אימפּעריעס. פֿאַקטיש, שטעלט דאָס ערשטע ליד פֿונעם אַלבום, „דער זינגער פֿון נױט“, אױך פֿון געבירטיג, אַרױס עפּעס אַ שליחות־דערצײלונג פֿאַר קאַהנס כּוללדיקן פּראָיעקט׃

דו װילסט אױף דײַן זינגען מבֿינים

און געלט אױך פֿאַרדינען דערבײַ?

גײ, זוך זײ אין אָרעמע הײַפלעך,

דאָרט זינג דײַנע לידער פֿאַר זײ.

daniel kahn cd

Image by Michael Fetscher

„ליד פון לעצטן אינטערנאַציאָנאַל“, באַאַרבעט פֿונעם ליד פֿון אַהרן צײטלין, באַשרײַבט אַן אוטאָפּישן חלום פֿון אַ בעסערער, פֿרײַער װעלט, װאָס קאַהן זינגט צו דער מעלאָדיע פֿון אַ טראַדיציאָנעלן בדחנות־ניגון. נאָך אַ נײַע „מיטאַרבעטערין“ קאַהנס איז די באַקאַנטע דיכטערין קאַדיע מאָלאָדאָװסקי. איר ליד, „מײַנע פֿאָטערלענדער“, אַ פּאָעטישע קריטיק פֿונעם נאַציאָנאַליזם, קריגט אַן אַנדער געפֿיל בײַ קאַהנען, ווען ער דעקלאַמירט אַ טײל פֿון זײַן ענגלישער איבערזעצונג, אַנשטאָט אים צו זינגען.

צװישן די מערסטנס מעלאַנכאָלישע לידער האָט קאַהן אויך אַרײַנגעגעבן עטלעכע מיט אַ מער אָפּטימיסטישן טעמפּ. דאָס פֿאַנטאַסטישע „בײַ אונדז אין אײראָפּע“ (װאָס קאַהן האָט איבערגעזעצט מיט זײַן פֿרױ, יעװאַ לאַפּסקער, פֿון קורט טוטשאָלסקיס דײַטשישן אָריגינאַל) איז אַ זשװאַװע סאַטירע פֿון די „יאַטישע“ אַמעריקאַנער טוריסטן, געזונגען פֿונעם קוקװינקל פֿונעם אײראָפּעיִשן אַרבעטער־⁠קלאַס. די הומאָריסטישע האַלטונג פֿון דער ערשטער סטראָפֿע גייט אָבער באַלד אַריבער אױף שאַרפֿע, בײַסיקע שורות װעגן ראַסיזם, קאַפּיטאַליזם און מאַכט.

ס׳איז נישט קײן נײַעס אַז קאַהן האָט ​​אַ באַזונדערן טאַלאַנט בײַם איבערזעצן און באַאַרבעטן לידער פֿון ייִדיש אױף ענגליש, און פֿון אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן אױף ייִדיש. „ווערטער בעטלער“ ווײַזט אונדז ווידער אויך זײַן בקיאות בײַם פֿאַרייִדישן באַװוּסטע ענגלישע לידער. בײַם סוף פֿונעם אַלבום געפֿינט מען דרײַ אַזוינע. די ערשטע צװײ זײַנען זײַנע נוסחאָות פֿון צוויי לידער פֿון באָב דילאַן (פֿון דער הײם: ראָבערט צימערמאַן) — „איך וועל זײַן באַפֿרײַט“ און „רחמנות אױפֿן אימיגראַנט“. כאָטש דילאַן האָט, בײַם שאַפֿן די לידער, מסתּמא נישט געהאַט קיין ייִדישע עלעמענטן אין זינען, קלינגען קאַהנס איבערזעצונגען פֿון זיי ממש ווי די פּאָזעיע פֿון אַ ייִדישן דיכטער אין דער פֿאַרמלחמהדיקער איסט־⁠סײַד פֿון מאַנהעטן. קאַהנס הינטערגרונט מיט פֿאָלקמוזיק דערפֿילט מען גלײַך.

דער אַלבום פֿאַרענדיקט זיך מיט קאַהנס שוין וועלטבאַרימטן נוסח פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟ — באַגלייט מיט דער פּיאַנע, אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿאָרווערטס־נוסח פֿון 2016, וווּ ער שפּילט די גיטאַר — אַ ווידעאָ, וואָס מע האָט שױן געזען מער ווי צוויי מיליאָן מאָל. „הללױה‟ איז אַ פּאַסיקע פֿאַרקערפּערונג פֿון דער ייִדישלעכער און פּאָעטישער אָפֿן־האַרציקײט װאָס כאַראַקטעריזירן „ווערטער בעטלער“. עס דאַכט זיך ווי עפּעס אַ כּישוף אָדער מיסטישע פֿאַרבינדונג האָט זיך אָנגעקניפּט צװישן די צװײ כּהנים, און מיר, דער עולם, זײַנען די עדות דערפֿון.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.