איך פֿאַרברענג אַ טאָג בײַם „טאָג‟ צו אַכט יאָרVisiting the newsroom of “Der Tog” as an 8-year old girl
די טאָכטער פֿון קאָלומניסט וואָלף יונין געדענקט ווי זײַן מיטאַרבעטער האָט כּסדר אַרויסגענומען אַ פֿלעשל פֿון שופֿלאָד און גענומען אַ זשליאָק דערפֿון.
ווען איך בין געווען אפֿשר אַכט יאָר אַלט און מײַן שוועסטער — אַ ביסל ייִנגער, האָט די מאַמע אונדז געזאָגט אַז מיר גייען אָפּנעמען דעם טאַטן פֿון דער אַרבעט.
מײַן טאַטע איז געווען דער פּאָעט און פֿאָלקלאָריסט וואָלף יונין, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געשריבן פֿאַר דער צײַטונג, „דער טאָג‟. די מאַמע איז געווען די ייִדישע דערציילונג־שרײַבערין, סילוויע גובערמאַן.
איידער מיר זענען אַרויס פֿון שטוב האָט די מאַמע אויסגעקליבן די שענסטע קליידלעך פֿאַר אונדז; זי האָט געהאַט אַן אמתן חוש פֿאַר די פּאַסיקסטע קאָלירן. מיר זענען געפֿאָרן מיט דער באַן צו איסט־בראָדוויי און דאָרט, אויפֿן זעלבן בלאָק, איז געווען דער ביוראָ פֿון „דער טאָג‟ און די „גאַרדען קאַפֿעטעריע‟.
„דער טאָג‟ איז געווען אין אַן אַלטן בנין און מיר האָבן געדאַרפֿט אַרויפֿגיין צוויי שטאָק קרומע טרעפּ צום ביוראָ. פֿון איין זײַט האָבן געאַרבעט די זעצער, און פֿון דער צווייטער — די שרײַבער. אונדזער טאַטע איז געזעסן לעבן פֿענצטער און אויף לינקס איז געזען אַ נידעריקער שרײַבער וואָס איז געלאָפֿן הין און קריק צום נײַעס־טיקער, ציִענדיק אַרויס לאַנגע בענדלעך מיטן טעקסט פֿון די לעצטע נײַעס. ווען ער איז געזעסן בײַם שרײַבטיש האָב איך באַמערקט אַז אַלע פֿינעף מינוט עפֿנט ער אויף אַ שופֿלאָד, נעמט אַרויס אַ פֿלעשל און נעמט אַ זשליאָק פֿון עפּעס. אַרום אים האָט זיך געפֿילט אַ ריח פֿון ווײַן.
דער טאַטע האָט מיך און מײַן שוועסטער באַקענט מיט די אַנדערע שרײַבער — לעאָן פֿײַנבערג, יאָמיע (ירמיהו) העשעלעס, אַהרן גלאַנץ לייעלעס. אַ ביסל שפּעטער זענען עטלעכע זעצער צוגעקומען און אונדז געגעבן סוּווענירן: שטיקלעך בלײַ וואָס זיי האָבן אַרויסגעבראַכט פֿונעם זעצערײַ. מיר האָבן זיך געזעגנט מיט אַלעמען און אַרײַנגעגאַנגען אין דער גאַרדען־קאַפֿעטעריע, וווּ איך האָב באַשטעלט דאָס איינציקע מאכל וואָס כ‘האָב אין יענע יאָרן ליב געהאַט: אַ סענוויטש פֿון קאָרנברויט מיט שווייצער קעז.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO