Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישער ליבע־ראָמאַן פֿון 1911 איז אַרויס אויף ענגלישYiddish romance novel of 1911 now in English

מרים קאַרפּילאָװס „יהודית‟ קומט פֿאָר בעת דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע און מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע.

מרים קאַרפּילאָװס נאָמען איז שױן באַקאַנט דעם ענגלישן לײענער צוליב דעם ראָמאַן „טאָג–בוך פֿון אַן עלענדע מײדל‟ אין דער איבערזעצונג פֿון דזשעסיקאַ קורזען.

איצט האָט „פֿאַרלאַג‟, אַ קלײנער אַרױסגעבער פֿון נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אַ ראָמאַן פֿון קאַרפּילאָװ אין קורזענס איבערזעצונג: „יהודית: אַ געשיכטע פֿון ליבע און לײדן‟ (1911). קאַרפּילאָװ איז געװען אַ באַגאַבטע מחברין מיט אַן אײגנאַרטיקן הומאָר און לעבעדיקן סטיל. אירע װערק לײענען זיך גאַנץ פֿריש הײַנט, העכער װי הונדערט יאָר נאָך זײער ערשטער פּובליקאַציע. זי ברענגט אירע לײענער אַרײַן דירעקט אין דער נשמה–װעלט פֿון אירע העלדינעס, יונגע אינטעליגענטע פֿרױען, װאָס האָבן, אַזױ װי זי, ניט לאַנג געהאַט אימיגרירט פֿון רוסלאַנד קײן אַמעריקע.

אַזױ װי אינעם „טאָג–בוך פֿון אַן עלענדע מײדל‟ איז ליבע די צענטראַלע טעמע פֿון „יהודית‟. אַנשטאָט דער טאָגבוך–פֿאָרם באַנוצט קאַרפּילאָװ דאָ די בריװ-פֿאָרעם. יהודית, די העלדין פֿונעם ראָמאַן, איז די עלטערע טאָכטער פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער משפּחה ערגעץ אין אַ פּראָװינץ-שטעטל אין רוסלאַנד. דאָרט באַקענט זי זיך מיט יוסף, אַ גרױסשטאָטישן יונגערמאַן, װאָס איז געקומען מיט אַ געהײמען שליחות פֿאַרבונדן מיט דער רעװאָלוציאָנערער טעטיקײט. זי פֿאַרליבט זיך אין אים און נעמט זיך פֿאַר קאָרעספּאָנדירן מיט אים נאָך זײַן אַװעקפֿאָרן פֿון איר שטעטל. פּונקט װי אינעם „טאָג–בוך פֿון אַן עלענדע מײדל‟, זעען מיר בלױז איין צד פֿון דער ליבע–מעשׂה, דעם צד פֿון דער פֿרױ. זײַנע בריװ באַקומט מען ניט צו לײענען.

קאַרפּילאָװ איז אַ שאַרפֿזיניקע פּסיכאָלאָגין מיט אַ גוט אױג פֿאַר שטײגערישע פּרטים סײַ אין דער אַלטער און סײַ אין דער נײַער הײם. יהודיתעס בריוו אַנטפּלעקן ניט נאָר אירע געפֿילן אָבער אױך דעם סאָציאַלן מצבֿ פֿונעם שטעטלדיקן מיטלשטאַנד אין רוסלאַנד אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. יהודית איז געװױר פֿונעם סאָציאַלן אונטערשיד צװישן יוספֿס עלטערן און איר משפּחה: „זײ װילן זײער אַ רײַכע. צו װאָס? זײ זײַנען דאָך אַלײן רײַך. בײַ אונדז אין שטעטל רעכנט מען אונדז פֿאַר די גרעסטע גבֿירים. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אײַך…‟

זי האָט אויך אַ סאָציאַליסטישן חלום: „נײן, עס האָבן גאָר ניט באַדאַרפֿט זײַן רײַכערע און אָרעמערע. אַלע װאָלטן געדאַרפֿט זײַן גלײַך‟. אָבער דער חלום איז װײַט פֿון דעם װאָר. יוספֿס עלטערן לײגן פֿאָר געלט יהודיתעס עלטערן, זײ זאָלן מאַכן אַן עק מיט דער ליבע צװישן זײערע קינדער. סוף–כּל-סוף זײַנען זײ גרײט צו אַ פּשרה, װײַל יהודית קומט פֿון אַ ייִחוס: „אַ משפּחה פֿון רבנים, סוחרים, דאָקטױרים און – אַמעריקאַנער מיליאָנערן‟, שרײַבט יהודית איראָניש איר געליבטן יוסף.

די רוסישע געשיכטע מישט זיך אַרײַן אין די פּריװאַטע עסקים פֿון צװײ משפּחות, און יעדער נײַער טאָג ברענגט אַרײַן נײַע פּלוצעמדיקע בײַטן אין זײער לעבן. דער סיפּור-המעשׂה הײבט זיך אָן אין אַפּריל 1904, ערבֿ דער ערשטער רוסישער רעװאָלוציע פֿון 1905, אין װעלכער ייִדן האָבן זיך אַקטיװ באַטײליקט. די רעװאָלוציע האָט מיטגעבראַכט בלוטיקע פּאָגראָמען, װאָס האָבן גורם געװען אַ נײַע ייִדישע מאַסן־עמיגראַציע קײן אַמעריקע.

די רעװאָלוציע, די פּאָגראָמען און די אימיגראַציע זײַנען געדיכט איבערגעפֿלאָכטן געװאָרן אין קאַרפּילאָװס ראָמאַן. די מחברין ניצט דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט כּדי צו מאַכן די ליבע–מעשׂה אַ מער געשפּאַנטע. דאָ קומט די פֿרױ אַרױס שטאַרקער װי דער מאַנסביל — װי װײַט מען קען משפּטן פֿון אירע בריװ. יהודית האָט אַ ניכטערן און פּראַקטישן שׂכל, זי קען זיך גוט צופּאַסן צו די שװערע און בײַטנדיקע אומשטאַנדן. אין גיכן װערט זי אַנטױשט אין דער רעװאָלוציע: „איך קען ניט װי אַנדערע זען אין דעם דורכפֿאַל פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע דעם דורכפֿאַל פֿון דער גאַנצער מענטשהײט און אַן ענדלעכן קלאַפּ פֿאַר דער ייִדישער פֿראַגע. איך האָב קײן מאָל ניט געגלױבט, אַז מיט דעם זיג פֿון דער רעװאָלוציע װעט קומען אַן ענדלעכע לײזונג פֿאַר דער ייִדישער פֿראַגע.‟ זי באַשליסט צו פֿאַרלאָזן רוסלאַנד און זוכן נײַע גליקן אין אַמעריקע.

די דאָזיקע דראַמאַטישע תּקופֿה האָט געגעבן אַ רײַכן שטאָף פֿאַר ייִדישע מחברים, אַזעלכע װי שלום–עליכם, שלום אַש, ש. אַנ-סקי, יוסף אָפּאַטאָשו, דוד איגנאַטאָװ און אַנדערע. װי אַ פֿרױ, איז קאַרפּילאָװע אַ יוצא–דופֿן צװישן אַזױ פֿיל מענער. זי דערצײלט די באַקאַנטע געשיכטע אין דער שטים פֿון אַ יונגער פֿרױ און אין אַ געשפּאַנטן דינאַמישן סטיל, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ צײַטונג–רעפּאָרטאַזש. זי איז בעסער באַהאַװנט אין דער מאָדערנער טעכניק פֿון צײַטונג-ראָמען, אײדער, למשל, שלום-עליכם, װעמען עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צוצופּאַסן זיך צו דעם אַמעריקאַנער עולם.

קורזען שרײַבט אינעם נאָכװאָרט צו דער ענגלישער איבערזעצונג אַז „יהודית‟ האָט אַ געװיסן אױטאָביאָגראַפֿישן שײכות מיט קאַרפּילאָװס לעבן. סײַ די מחברין סײַ די העלדין זײַנען געקומען אין זײער יוגנט פֿון רוסלאַנד קײן אַמעריקע, בײדע זײַנען אױף אַ צײַט פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער ראַדיקאַלער פּאָליטיק, און בײדע זײַנען געװען „לײַדנשאַפֿטלעכע שרײַבערינס פֿון בריװ‟.

קאַרפּילאָװס געראָטענע ראָמאַנען זײַנען אַ װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור–געשיכטע, װאָס איז נאָך ניט געהעריק אָפּגעשאַצט װי עס דאַרף צו זײַן. זי איז אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער סאַמע לעבעדיקער און פֿרוכטבאַרער צײַט, װען עס זײַנען געװען טעטיק סײַ די עלטערע „קלאַסיקער‟, שלום–עליכם, י. ל. פּרץ און מענדעלע, סײַ דער ייִנגערער ליטעראַרישער דור. קאַרפּילאָװ האָט באַהאַנדלט די אײגענע טעמעס און פּראָבלעמען װי אירע מיטצײַטלער מענער, אָבער זי טוט עס אױף אַן אָריגינעלן, פֿרישן און דינאַמישן אופֿן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.