Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַלטע בריװ אַנטפּלעקן טאַטע־מאַמעס חורבן־איבערלעבונגעןOld letters revealed her parents’ Holocaust experiences

עלענאָר ריסאַס „בריװן–פּראָיעקט‟ באַשרײַבט איר באַזוך אין דײַטשלאַנד, זוכנדיק די שפּורן פֿון זייער פּײַנלעכער געשיכטע.

Eleanor Reissa

The Letters Project

Post HIll Press (2022), 289 pp.

דער חורבן האָט איבערגעלאָזט אַ היפּשע צאָל אָפֿענע און פֿאַרבאָרגענע שפּורן אױף דער ייִדישער קאָלעקטיװער נשמה, און הגם ער איז פֿאָרגעקומען װײַט פֿון אַמעריקע איז ער אויך געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע.

אַהער איז דער חורבן געקומען מיט די צענדליקער טױזנטער שארית–הפּליטה, לרובֿ פּױלישע ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט די צװײטע װעלט–מלחמה אין נאַציסטישע לאַגערן, געטאָס, אין באַהעלטענישן װי אױך אין די סאָװעטישע מזרח–געביטן אין סיביר אָדער צענטראַל–אַזיע.

נאָך זײער אָנקומען קײן אַמעריקע האָבן די דאָזיקע פּליטים בדרך־כּלל ניט געװאָלט רעדן װעגן זײערע יסורים, און ניט קײן סך אַמעריקאַנער האָבן טאַקע געװאָלט הערן װעגן דעם. ערשט שפּעטער, װען דער דור פֿון די פּליטים איז שױן געװען אױפֿן װעג צו דער אײביקײט, האָבן זיך זײערע קינדער און אײניקלעך אָנגעהױבן חידושן װעגן דעם לעבן פֿון זײערע טאַטעס און מאַמעס פֿאַר, בעת, און נאָך דעם חורבן.

אין די לעצטע יאָרן זײַנען אַרױס אַ צאָל פּריװאַטע היסטאָרישע פּראָיעקטן, װאָס זײַנען אױסן צו רעקאָנסטרויִרן די אײגענע משפּחה-געשיכטע אינעם ברײטערן היסטאָרישן גערעם פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. צו דעם מין געהערט „דער בריװן–פּראָיעקט‟ פֿון דער באַקאַנטער ניו–יאָרקער ייִדישער אַקטריסע און זינגערין עלענאָר ריסאַ (אַלטע רישע). דער שטױס פֿאַרן בוך איז געװען אַ בינטל בריװ, װאָס זי האָט געירשנט פֿון דער מאַמען. ביז דעמאָלט איז איר חורבן–געשיכטע פֿאַרבליבן באַגרענעצט דורך די ד׳ אַמות פֿון דער משפּחה: „אַלץ, װאָס איך האָב געװוּסט, האָב איך זיך דערװוּסט פֿון מײַנע אײגענע אױגן און אױער, צוהערנדיק זיך צו די שמועסן אין דער משפּחה און קוקנדיק אױף די פֿאָטאָס‟. די בריװ האָבן געדינט װי אַ װעגװײַזער אין דער פֿינצטערער חורבן–געשיכטע פֿון איר עלטערנס עבֿר.

ריסאַס מאַמע איז געבוירן געוואָרן אין בילגערײַ און דער טאַטע — אין סטריזשעװ אין גאַליציע. איר מאַמעס משפּחה איז אַנטלאָפֿן קײן פֿערגאַנאַ אין סאָװעטישן אוזבעקיסטאַן און האָט פֿאַרלאָזט דעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אין אײנעם מיט אַנדערע פּױלישע פּליטים. אינעם די-פּי-לאַגער אין דײַטשלאַנד האָט זיך די מאַמע באַקענט מיט עלענאָרס פֿאָטער. ער איז געװען צװאַנציק יאָר עלטער פֿאַר איר און האָט זיך געהאַט באַזעצט אין דײַטשלאַנד נאָך דער ערשטער װעלט–מלחמה. אין 1943 איז ער דעפּאָרטירט געװאָרן פֿון שטוטגאַרט קײן אױשװיץ און איז געװען דער אײנציקער ייִד װאָס האָט זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה. די בריװ, װאָס זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן אױף דײַטשיש, שטאַמען פֿון דער צײַט װען די מאַמע איז שױן געװען אין אַמעריקע און דער טאַטע איז נאָך פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד. אָבער די באַציִונגען צװישן די עלטערן זײַנען ניט געװען גלאַטיק, און זײ האָבן זיך געגט עטלעכע יאָר נאָך עלענאָרס געבורט.

מיט יאָרן שפּעטער האָט ריסאַ באַשלאָסן צו פֿאָרן קײן דײַטשלאַנד און אָפּזוכן דאָרט שפּורן פֿון איר משפּחה-געשיכטע. דאָס איז בײַ איר געווען אַ מין „װידער–פֿאַראײניקונג‟: „װידער צו זײַן מיט מײַן טאַטע–מאַמע און מײַן משפּחה, װעמען איך האָב אַזױ לאַנג שױן ניט געזען.‟ איר באַציִונג צו דײַטשלאַנד איז געװען אַ קאָמפּליצירטע. פֿון אײן זײַט איז דײַטשלאַנד דאָס לאַנד פֿון פֿאַרברעכער, װוּ יעדער שטײן איז אַן עדות פֿון היטלערס צײַטן. פֿון דער אַנדערער זײַט, טרעפֿט די מחברטע דאָרט פֿרײַנדלעכע מענטשן, װאָס זײַנען גרײט איר צו העלפֿן אין אירע זוכענישן.

װען זי באַזוכט די דײַטשישע שטעט, װאָס זי קען פֿון די אַלטע בריװ און פֿאָטאָס, װערט זי פֿאַרפֿלײצט מיט געפֿילן: „די צײַט װערט פֿאַרפֿרױרן. דער עבֿר און דער איצט װערן צונויפֿגעשמאָלצן.‟

יעדער טאָג אין דײַטשלאַנד ברענגט אַ נײַע איבערראַשונג: „די טױטע שרײַעּן אין מײַנע אױערן‟. אין שטוטגאַרט טרעפֿט ריסאַ די טאָכטער פֿון איר פֿאָטערס פֿרײַנד און אינעם אַרכיװ אין לודװיגסבורג געפֿינט זי טעקעס פֿול מיט דאָקומענטן װעגן איר משפּחה, צװישן זײ — איר פֿאָטערס גבֿיות–עדות, װאָס ער האָט געגעבן פֿאַר דער דײַטשישער מלוכישער אינסטאַנץ כּדי צו באַקומען דאָס אַזױ-גערופֿענע „װידער–גוטמאַכונג-געלט‟ װי אַ קרבן פֿון די נאַציסטישע רדיפֿות. דעם פֿאָטערס לעבנס–געשיכטע, װאָס די בריװ אַנטפּלעקן פֿאַר ריסאַ אין דײַטשלאַנד, װערט פּלוצעם אַ שװערע לאַסט אױף איר נשמה: „זײער אינהאַלט און די סאַמע עקזיסטענץ זײערע זײַנען צו פּײַנלעך פֿאַר מיר. […] איך האָב געגלױבט אַז איך בין שױן געװען באַװאָרנט, אַז איך האָב שױן געזען און געהערט אַלצדינג […] אַז דער חורבן–שטאָף האָט ניט קײן װירקונג אױף מיר. […] אָבער איך האָב געהאַט אַ טעות. דאָס איז געװען מער אײדער איך האָב געקענט אױסהאַלטן‟.

„דער בריװן–פּראָיעקט‟ איז זײער אַ פּערזענלעך בוך, אַ פּועל-יוצא פֿון טיפֿע און פּײַנלעכע זוכענישן נאָך אײגענע װאָרצלען. דאָס איז אַװדאי געװען אַ װיכטיקע דערפֿאַרונג פֿאַר דער מחברטע, אָבער װאָס איז אין דעם פֿאַר אַ זײַטיקן לײענער? קודם־כּל איז דאָס בוך אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור. ריסאַס קול אינעם בוך איז אױפֿריכטיק און רעדט דירעקט צו דעם לײענער. איר פּרטימדיקע און עמאָציאָנעלע דערצײלונג ברענגט אונדז אַרײַן אין דער סאַמע מיט פֿון איר רײַזע איבערן לאַנד פֿונעם עבֿר.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version